צום 80סטן יאָרצײַט נאָכן דערשיסן די ייִדישע שרײַבערס אין מינסק

אויפֿן מאַרטירער־קאַלענדאַר פֿון אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבערס און קולטור־טוער בעתן סטאַלין־רעזשים, טיילט זיך בולט אויס די דאַטע פֿון 12טן אויגוסט 1952. אין דעם טאָג זײַנען דערשאָסן געוואָרן אין מאָסקווע די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און צווישן זיי אויך די שרײַבערס: דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש און איציק פֿעפֿער.

די רדיפֿות אָבער אויף די ייִדישע פּען־מענטשן האָבן זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער, נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין מינסק, ווײַסרוסלאַנד. דעם 28סטן און 29סטן אָקטאָבער 1937 זײַנען דאָרט דערשאָסן געוואָרן: איזי כאַריק, משה קולבאַק, יאַשע בראָנשטיין, כאַצקל דונעץ און אַהרן יודעלסאָן.

וועגן דעם שרײַבער אַהרן יודעלסאָן (1907־1937), וואָס זײַן לעבן און שאַפֿן איז כּמעט נישט באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, וועלן מיר דערציילן אַ ביסל גענויער.

yudelson-yung
אַהרן יודעלסאָן אין די 1920ער יאָרן

אַהרן יודעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין ריגע, לעטלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אַ לערער. ער איז פֿרי פֿאַרטאָן געוואָרן אין דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַוועגונג. זײַנע ערשטע לידער האָט ער געדרוקט אין די אָנהייב 1920ער סײַ אין די אָרטיקע לינקע אויסגאַבעס און סײַ אין די יוגנט־זשורנאַלן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַן ערך אַ יאָר צײַט האָט ער געוווינט אין ווילנע, און דערנאָך, אין 1928, געשוואַרצט די גרענעץ און איז אָנגעקומען אין מינסק, וווּ מ‘האָט אים דערלויבט זיך צו באַזעצן.

אין יענער צײַט איז מינסק געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין שטאָט האָט געשפּילט דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער, אָנגעפֿירט פֿונעם טאַלאַנטירטן רעזשיסאָר משה ראַפֿאַלסקי (1889־1937) — אויך אַ קרבן פֿון סטאַלינס רעפּרעסיע־מאַשין. די סאָוועטישע מאַכט האָט דערמעגלעכט, אַז אין ווײַסרוסלאַנד זאָל געעפֿנט ווערן אַ גאַנצע נעץ ייִדישע שולן, וווּ אַלע לימונדים האָבן זיך געפֿירט אויף ייִדיש; בײַם אינסטיטוט פֿון ווײַסרוסישער קולטור איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישע אָפּטיילונג (מיט סעקטאָרן פֿון פֿילאָלאָגיע, ליטעראַטור און געשיכטע); עס האָט זיך געעפֿנט אַ ייִדישער לערער־אינסטיטוט בײַם ווײַסרוסישן מלוכה־אוניווערסיטעט. עס איז אַרויסגעגאַנגען די טעגלעכע צײַטונג „אָקטיאַבר‟ (אָקטאָבער) און דער ליטעראַרישער זשורנאַל „שטערן‟; און אויפֿן הערב פֿון דער רעפּובליק בײַ גלײַך מיט נאָך דרײַ אַנדערע שפּראַכן פֿון דער ווײַסרוסישער באַפֿעלקערונג איז געווען אָנגעשריבן אויף ייִדיש: “פּראָלעטאַרער פֿון אַלע לענדער פֿאַראייניקט זיך!”… פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס און אויסגאַבעס האָבן זיך געפֿונען אונטערן שטרענגן קאָנטראָל פֿון דער אַזוי גערופֿענער „יעווסעקציע‟ (ייִדן־סעקציע) [1].

אין מינסק האָט אַהרן יודעלסאָן פֿאַרענדיקט דעם מלוכישן אוניווערסיטעט און אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צײַטונג „אָקטיאַבר‟.

teatr in Minsk
דער ייִדישער טעאַטער אין מינסק, וווּ ס’איז פֿריִער געווען די כאָר־שיל

אין זײַנע לידער און פּאָעמעס „נעגאָרעלאָגיע‟, „קאָמבינאַט‟, „גרענעצן‟ וכדומה באַזינגט דער פּאָעט דאָס שיינע לעבן פֿונעם נײַעם לאַנד און פֿירט אַ שאַרפֿע פּאָלעמיק מיט יענע, וועלכע צווייפֿלען אין דער אויפֿריכטיקייט פֿון זײַנע אייגענע פּאַטריאָטישע געפֿילן צום נײַעם פֿאָטערלאַנד.

די קאָמוניסטישע זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן, אַ פּנים, געהאַט אַנדערע קריטעריעס פֿון מעסטן פּאַטריאָטישע געטרײַשאַפֿט. יודעלסאָן איז אַרעסטירט און באַשולדיקט געוואָרן אין „נאַציאָנאַליזם און טראָצקיזם‟; און אַז ער „דינט אונטער אַ ליטעראַרישער מאַסקע די פֿאַראַכטע שׂונאים פֿון דער רעוואָלוציע…‟ — מיט אַזעלכע באַשולדיקונגען האָט געקאָנט זײַן נאָר איין אורטייל — צעשיסן. דער פֿרוי, באַסיע, האָט מען געזאָגט, אַז איר מאַן איז פֿאַרמישפּט צו צען יאָר תּפֿיסה „אָנעם רעכט זיך איבערצושרײַבן‟.

אין דער עלעקטראָנישער צײַטונג „ריגער ייִדישע וועלטלעכע שול‟ האָבן מיר געפֿונען אַ נאָטיץ און בילדער, געווידמעט דעם גראַדואַנט פֿון דער שול אַהרן יודעלסאָן. אייניקע אויסצוגן פֿון דער נאָטיץ ברענגען מיר ווײַטער:

Арон, Бася, Мифа 1932
אַהרן און באַסיע מיט זייער טעכטערל מיף־שולמית

אין יאָר 1932 האָט אַהרן חתונה געהאַט מיט באַסיע שטשור. אין אַ יאָר אַרום איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע, מיף (אַ פֿאַרקלענער־נאָמען פֿון שולמית). ווען אַהרן איז אַרעסטירט געוואָרן, איז באַסיע געווען טראָגעדיק מיטן צווייטן קינד. צוליב דעם איז איר אַרעסט אָפּגעלייגט געוואָרן אויף אַ יאָר, און אין 1938 איז זי, צוזאַמען מיטן עופֿעלע, איזאַבעל, פֿאַרשיקט געוואָרן אין קאַרלאַגער (קאַראַגאַנדאַ), וווּ זיי זײַנען ביידע אָפּגעווען דרײַ יאָר. אַז איזאַבעל איז שוין געבוירן געוואָרן אַ יתומה, האָט באַסיע נישט געוווּסט. נאָך די דרײַ יאָר האָט די מאַמע, לויטן געזעץ, געמוזט אָפּגעבן דאָס קינד אין אַ קינדער־הויז. דעמאָלט איז צו באַסיען אין לאַגער געקומען צו פֿאָרן איר שוועסטער, גיטל שטשור, און האָט אָפּגעפֿירט דאָס מיידעלע צו זיך אַהיים אין שטעטל אָסיפּאָוויטשי, וווּ ס‘איז ביז אַהער געוואַקסן אויך באַסיעס עלטערע טאָכטער מיף. גאָר אין גיכן האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה און גיטלס משפּחה איז, צוזאַמען מיט די צוויי מיידעלעך, שולמית און איזאַבעל, אומגעקומען.

על־פּי־נס איז לעבן געבליבן גיטלס אַ טאָכטער אויך מיף־שולמית. ממש עטלעכע וואָכן איידער די מלחמה האָט אויסגעבראָכן, האָט מען דאָס מיידעלע געשיקט אין אַ קינדער־סאַנאַטאָריום, וואָס מ‘האָט באַוויזן צו עוואַקויִרן.

6_Израиль и Бася сидят
באַיסיע און ישׂראל יודעלסאָן מיט דער משפּחה אין ריגע

אין 1946 האָט באַסיע זיך באַפֿרײַט פֿונעם לאַגער און איז געקומען צו פֿאָרן קיין ריגע, וווּ ס‘האָט געוווינט אַהרנס ברודער ישׂראל יודעלסאָן. דאָרט איז זי שוין געבליבן וווינען ביזן יאָר 1975, ווען ישׂראל איז געשטאָרבן. נאָך זײַן טויט האָט באַסיען גענומען צו זיך קיין באָברויִסק די פּלימעניצע מיף. מיט איר משפּחה איז באַסיע אין 1989 אַרויסגעפֿאָרן קיין אַמעריקע . זי איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 89 יאָר אין סענט־לויִס.

אָט אַזאַ טראַגישן גורלן האָט געהאַט דער ייִדישער פּאָעט אַהרן יודעלסאָן און זײַן משפּחה.

[1] יעווסעקציע (ייִדן־סעקציע) — אַ ספּעציעלע סעקציע, געשאַפֿן אונטערן דאַך פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. איר הויפּט־אויפֿגאַבע איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אַזעלכע סעקציעס זײַנען געווען אויך בײַ אַנדערע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.

אַ האַרציקן דאַנק לאָרע איטקין און לעאָניד פֿליאַט פֿאַרן העלפֿן צוגרייטן דעם אַרטיקל.
ייִדיש־בראַנזשע

2 Comments

  1. גוטע פריינד , איך וויל דאס לייענען, איך סטארע צו עפענען אבער עס איז ליידיק
    א גוטן שבת

    Like

  2. Tayerer Boris, der bund arbet nisht. ikh ze dos untn ven ikh kvetsh ofn titl un oykh ofn “read more in this post”

    >

    Like

Leave a comment