דער חידוש פֿון ייִדיש אין שפּאַניע

פֿון רודה (רחל) הענעלדע אַביקאַסיס
rahel-rhoda-henelde-abecassis_104159
רודה (רחל) הענעלדע אַביקאַסיס

כאָטש כ‘בין אויפֿגעוואַקסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווין איך שוין איבער פֿערציק יאָר אין מאַדריד, שפּאַניע. איך וויל דאָ אַ ביסל דערציילן וועגן דעם אומגעריכטן און אומבאַקאַנטן בײַזײַן פֿון ייִדיש אין שפּאַניע. ס‘רובֿ אײַנוווינער אינעם לאַנד האָט נישט געזען אַ ייִדיש פּנים כּנעט 500 יאָר. אייגנטלעך, האָבן זיי געמיינט, אַז נאָכן גירוש זײַנען די ייִדן אינגאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דער וועלט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי האָבן בכלל נישט אָנגעהויבן צו וויסן, אַז עס עקזיסטירט אַזאַ שפּראַך ווי ייִדיש. פֿאַקטיש האָט דאָס שפּאַנישע פֿאָלק ערשט געווויר געוואָרן וועגן דער עקזיסטענץ פֿון לאַדינאָ (Judeo-español), ווען אין יאָר 1903 האָט דער סענאַטאָר, ד״ר אַנדזשעל פֿולידאָ, געמאַכט אַ רײַזע איבער די באַלקאַנישע לענדער. פֿאָרנדיק אויף אַ דאַמפֿשיף איבערן טײַך דונײַ, האָט ער צום ערשטן מאָל דערהערט די דזשודעאָ־שפּאַנישע שפּראַך פֿון אַ דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין בודאַפּעשט. דער סענאַטאָר איז געווען זייער גערירט פֿון דער טרעפֿונג און, קומענדיק צוריק אַהיים, האָט ער וועגן דעם אָנגעשריבן אין זײַן בוך „שפּאַניער אָן אַ פֿאָטערלאַנד‟. זײַן גאַנץ לעבן האָט דער סענאַטאָר געשטיצט דעם צוריקקער פֿון די ספֿרדישע ייִדן קיין שפּאַניע און די אָנערקעגונג פֿון זייער שפּראַך.

ייִדיש גופֿא איז דווקא אַרײַנגעקומען אין שפּאַניע מיט אַ טראַסק. עס האָט פּאַסירט אין די יאָרן 1936־1939, בעתן אויסבראָך פֿון דעם בירגער־קריג. צווישן די 40 טויזנט קעמפֿער פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס פֿון 50 לענדער, האָבן זיך געפֿונען 8 טויזנט ייִדן, וואָס זײַנען געקומען צו קעמפֿן מיט די botwin-paperפֿאַשיסטן.

אין 1937 האָבן די ייִדן געשאַפֿן די אויטאָנאָמישע חבֿרותא אויפֿן נאָמען פֿון נפֿתּלי באָטווין, וואָס האָט פֿאָרלאָזט די פּוילישע דאָמבראָווסקי־בריגאַדע, צוליב זייער אַנטיסעמיטיזם. בדרך־כּלל האָבן די ייִדן גערעדט די שפּראַכן פֿון די לענדער, פֿון וועלכע זיי זײַנען געקומען, אָבער צווישן זיך איז זייער בשותּפֿותדיקע שפּראַך געווען ייִדיש.

זיי האָבן אַפֿילו געפֿונען אין באַרצעלאָנע אַ דרוקער, וואָס האָט געהאַט די העברעיִשע אותיות, און האָבן אַרויסגעגעבן אַ ייִדישע צײַטונג. און נאָך איין אינטערעסאַנטער פֿאַקט: אַרום 70% פֿון די געקומענע דאָקטוירים־אינטערנאַציאָנאַליסטן זײַנען געווען ייִדן. זייער שפּראַך בײַ די אָפּעראַציע־טישן אויפֿן פֿראָנט איז געווען ייִדיש.

שפּעטער האָט אַ באַרצעלאָנישע צײַטונג געשריבן, אַז עפּעס אַ גרופּע פֿון די אינטערנאַציאָנאַליסטן רעדט אויף אַן אומבאַקאַנטער שפּראַך, ענלעך צו דײַטש.

עס איז אָפֿיציעל באַקאַנט, אַז אין יאָר 1918 איז אין באַרצעלאָנע פֿאַררעגיסטרירט געוואָרן אַ ייִדישע קהילה. מיט אַ יאָר שפּעטער איז עס געשען אין מאַדריד. דאָס זײַנען געווען אַשכּנזישע משפּחות פֿון געשעפֿטס־לײַט, אָנגעקומען נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. קיין ייִדיש האָבן זיי נישט גערעדט, נאָר די שפּראַך פֿון פֿאַרלאָזטע לענדער. נאָך דעם, ווי עס איז געפֿאַלן די טערקישע אימפּעריע, איז פֿון דאָרט קיין שפּאַניע געקומען אַ היפּשע צאָל ספֿרדישע ייִדן.

במשך פֿונעם חורבן איז שפּאַניע געווען אַן איבערגאַנג־לאַנד פֿאַר די ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט וויזעס אויפֿן וועג קיין פּאָרטוגאַל און פֿון דאָרט — קיין אַמעריקע. נישט אַלעמען האָט מען געלאָזט אַריבערגיין די גרענעץ. אַ סך מענטשן האָבן זיך געמוזט אומקערן אין ווישי־פֿראַנקרײַך. עס זײַנען אויך געווען העלדישע דיפּלאָמאַטן, וואָס האָבן געראַטעוועט טויזנטער ייִדן הינטער די אויגן פֿון פֿראַנקאָ־דיקטאַטור.

הײַנט וווינען אין פֿאַרשיידענע שפּאַנישע שטעט אַרום 45 טויזנט ייִדן; די קהילה אין מאַדריד ציילט 10 טויזנט ייִדן. אין דער שטאָט געפֿינט זיך אויך די הויפּט־שיל און דער קולטור־צענטער „בית־יעקבֿ‟, אויפֿגעשטעלט נאָך בעת דער פֿראַנקאָ־ממשלה. אין גאַנצן איבערן לאַנד עקזיסטירן 7 שילן, בתוכם אַ רעפֿאָרמיסטישע שיל.

אין די 1950ער יאָרן איז קיין שפּאַניע אָנגעקומען אַ גרופּע סטודענטן פֿון טעטיאַן, שפּאַנישע מאַראָקאָ, צו שטודירן אין די אָרטיקע אוניווערסיטעטן. אין 1956, ווען מאַראָקאָ איז געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון שפּאַניע און פֿראַנקרײַך, איז אַהער אָנגעקומען אַ מאַסיווע ייִדישע אימיגראַציע; די צווייטע גרויסע ייִדישע אימיגראַציע איז געשען אין 1976, ווען פֿון אַרגענטינע איז מען אַנטלאָפֿן פֿון די פּוטשיסטן־גענעראַלן.

Synagogue_de_Madrid
דער צענטער„ספֿרד־ישׂראל” אין מאַדריד

די ייִדישע קהילה אין מאַדריד, וווּ איך וווין, איז מערסטנס אַ ספֿרדישע, דעריבער איז עס פֿאָרט אַ חידוש, אַז עס עקזיסטירט דאָרט „אַ ייִדיש־קרײַז פֿאַר שמועסן און לייענען‟. מיר טרעפֿן זיך איין מאָל אין חודש זינט 1994. מיר האָבן אָנגעהויבן מיט בלויז 5 אָנטיילנעמער, צונויפֿנעמענדיק זיך אין דער „בית־יעקבֿ‟־שיל. איצט האָבן מיר שוין 16 מיטגלידער און טרעפֿן זיך אין אַ נײַעם זאַל בײַם צענטער פֿון „ספֿרד־ישׂראל‟, אויפֿגעשטעלט פֿון דער שפּאַנישער רעגירונג און פֿינאַנצירט פֿונעם אויסלאַנד־מיניסטעריום, דער שטאָטישער און ראַיאָן־אַדמיניסטראַציע. די פּראָגראַמען, וואָס דער צענטער פּרעזענטירט, זײַנען ס‘רובֿ וועגן דער ספֿרדישער קולטור; נאָר מ‘איז זייער שטאָלץ באַקאַנט צו מאַכן, אַז ייִדיש איז אַ חלק פֿונעם צענטערס טעטיקייט. דערמיט ווערט אַרויסגעוויזן, אַז מע פּרעזענטירט אויך די אַשכּנזים; און טאַקע צומאָל קומען אינעם צענטער פֿאָר פּראָגראַמען וועגן ייִדישער ליטעראַטור און עס ווערן געוויזן ייִדישע פֿילמען.

פֿון דעסטוועגן, דער גרעסטער חידוש איז, ווי אַזוי דער שפּאַנישער עולם האָט זיך דערוווּסט וועגן דער עקזיסטענץ פֿון ייִדיש, און ווי אַזוי עס איז צו אים געקומען אַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך דעם, ווי יצחק באַשעוויס־זינגער האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט מען אייניקע פֿון זײַנע ווערק איבערגעזעצט אויף שפּאַניש פֿון ענגליש, ווי ער אַליין האָט געוואָלט און אָנגעזאָגט זײַנע יורשים. דערפֿאַר האָט מען אין שפּאַניע געמיינט, אַז באַשעוויס איז אַן אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער, וואָס שרײַבט אויף ענגליש.

אין אַ שיינעם טאָג האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַנטדעקט אַן אומבאַקאַנטן ראָמאַן פֿון באַשעוויסן, וועלכער האָט זיך אין דער צײַטונג געדרוקט מיט המשכים במשך פֿונעם יאָר 1957. דער ראָמאַן האָט געהייסן „שאָטנס בײַם האָדסאָן‟, און איז אין יאָר 1998 אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף ענגליש. דער ראָמאַן האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג און איז אין גיכן איבערגעזעצט געוואָרן פֿון ענגליש אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש.

פֿאַרשטענדלעך, אַז דער שפּאַנישער פֿאַרלאַג Ediciones B האָט אויך געוואָלט קויפֿן די דרוקרעכט איבערצוזעצן דעם ראָמאַן אויף שפּאַניש. האָבן באַשעוויסעס יורשים געפֿרעגט, צי מע וויל עס איבערזעצן פֿון ענגליש, צי פֿון ייִדיש? די דירעקטאָרין פֿונעם פֿאַרלאַג איז געבליבן געפּלעפֿט; זי האָט קיין מאָל נישט געהערט וועגן אַזאַ לשון, און אַוודאי האָט זי זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז יצחק באַשעוויס האָט געשריבן נישט אויף ענגליש, נאָר אויף אָט דעם לשון. זי האָט באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק פֿונעם אָריגינאַל.

איצט איז אויפֿגעקומען אַ נײַע פּראָבלעם — צו געפֿינען אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש. די דירעקטאָרין האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אַלע ייִדישע קהילות אין שפּאַניע, און לסוף האָט איר אַן אַרגענטינער מיטגליד פֿון אונדזער קרײַז רעקאָמענדירט זיך ווענדן צו מיר. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זייער געצווייפֿלט, צי כ‘בין גענוג גרייט זיך צו נעמען פֿאַר אַזאַ אַרבעט. אָבער מײַן משפּחה האָט מיך געמונטערט, און איך האָב זיך אונטערגענומען אויסצופֿירן די שווערע, נאָר אײַנגענעמע אַרבעט. איך האָב אויך געשטעלט אַ תּנאַי, אַז כ‘וועל עס טאָן מיט אַ מענטש, וואָס שפּאַניש איז זײַן מוטער־שפּראַך. לסוף, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז אַזאַ קענער איז מײַן מאַן, יעקבֿ אַבעקאַסיס.

מיר האָבן טאַקע איבערגעזעצט דעם ראָמאַן „שאָטנס בײַם האָדסאָן‟ גלײַך פֿון די געלע „פֿאָרווערטס‟־זײַטן פֿאַרן יאָר 1957. דער שפּאַנישער לייענער און די קריטיקער האָבן אויפֿגענומען אונדזער אַרבעט זייער ענטוזיאַסטיש. זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך אַ נײַע שפּראַך — ייִדיש. זינט יאָר 2000 האָט זיך דער שפּאַנישער לייענער באַקענט מיט אַ סך אַנדערע ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס, און שעצט הויך אָפּ דעם בײַטראָג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטר אין דער אַלוועלטלעכער ליטעראַטור.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s