דעם 4טן נאָוועמבער איז געשטאָרבן יצחק לודען. די טרויעריקע בשׂורה איז זיך אין איין אויגנבליק צעפֿלויגן איבער אַלע ייִדישע עלעקטראָנישע קאַנאַלן. אויף דער ייִדישער גאַס — סײַ ווירטועלער און סײַ רעאַלער — האָט מען יצחקן גוט געקענט. ער איז פֿאַר יעדן געווען אַ נאַשבראַט.
די נאַשבראַטישקייט איז געלעגן אין תּוך פֿון זײַן נאַטור. ער איז געווען אַ גוטער חבֿר. ער האָט קיינעם נישט אָנגעבונדן זײַן אידעאָלאָגיע, פּונקט ווי ער האָט קיינעם נישט געגעבן זי אָנרירן מיט אַ קרום און פּוסט וואָרט. איך וויל נישט זאָגן, אַז דער „בונד‟ און אַלץ וואָס האָט צום „בונד‟ אַ שײַכות, איז געווען פֿאַר אים אַ הייליקע איקאָנע; די אידעען פֿון „בונד‟ זײַנען אין אים אײַנגעוואָרצלט געוואָרן פֿון קינדווײַז אָן, דערנאָך, אין די יוגנט־יאָרן האָבן זיי זיך פֿאַרשטאַרקט אין די לאַגערן פֿון „גולאַג‟, און שוין שפּעטער, קומענדיק אין מדינת־ישׂראל, האָט ער דעם בונדישן גײַסט אַרײַנגעקלאַפּט אין יעדן אות פֿון זײַן זשורנאַליסטישער און רעדאַקטאָרישער אַרבעט אין „די לעצטע נײַעס‟ און באַזונדערס — אין „לעבנס־פֿראַגן‟.
אין מײַן אַרטיקל לכּבֿוד זײַן 90סטן געבוירן־טאָג האָב איך געשריבן:
„מיר קענען זיך שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט. ווי זאָגט מען: ס׳האָט זיך צווישן אונדז באַלד געשאַפֿן אַ כעמיע. יצחק האָט געקאָנט זײַן גערעכט אָדער נישט גערעכט אין זײַנע וויכּוחים, אָבער קיין מאָל נישט גלײַכגילטיק. ער אַליין פֿלעגט וועגן זיך זאָגן: ׳כ׳ווייס, כ׳בין אַ שייגעץ…׳. אַזאַ קריטיש ׳סעלפֿי׳ האָט אים דערמעגלעכט צו זאָגן און אַרײַנזאָגן קורץ און שאַרף אַ צווייטן…‟
בשעתן וווינען אין ישׂראל, אין ירושלים, פֿלעג איך כּמעט יעדן פֿרײַטיק קומען צו פֿאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אין לייוויק־הויז, זיך אַ ביסל דערוואַרעמען אין דער שרײַבערישער סבֿיבֿה. אָנגעשפּיצט די אויערן, האָב איך זיך צוגעהערט צו די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטעס, וואָס יעדער שטאַמגאַסט האָט אַרויסגעטראָגן און געבראַכט קיין ישׂראל פֿון דער פֿאַרברענטער אַלטער היים.
דער פֿרײַטיק, ווי באַקאַנט, איז בײַ ייִדן קורץ. האָב איך געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס גאַסטפֿרײַנדלעכע הויז פֿריִער. און שטענדיק פֿלעגט יצחק פֿאָרלייגן מיך אָפּפֿירן צו דער אויטאָבוס־סטאַנציע אין זײַן אויטאָ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער שמועס, אָנגעהויבן אין לייוויק־הויז, איז אָנגעגאַנגען ווײַטער אינעם אויטאָ מיטן זעלבן ברען. אין אַ מאָמענט, פֿלעגט זיך מײַן „איזוואָזשטשיק‟ כאַפּן: „אוי, כ‘בין שוין ווידער נישט אַהין פֿאַרפֿאָרן!‟
דאָס איז געווען יצחק לודען — צו ווערן פֿאַרכאַפּט פֿון אַ מחשבֿה און זיך לאָזן אין געיעג נאָך איר מיט לײַב און לעבן.
אַן עפּיזאָד פֿונעם דאָקומענטאַר “אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז” פֿון דער סעריע: “מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס”
ווען כ׳האָב איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟, איז יצחק געווען צווישן די ערשטע שרײַבערס, וועמען כ׳האָב פֿאַרבעטן מיטצואַרבעטן און ווערן אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. יעדע וואָך, במשך פֿון יאָרן, האָב איך אַרויסגעקוקט אויף זײַנע אַרטיקלען סײַ מיט אינטערעס און סײַ מיט אַ ציטער. זײַן פּובליציסטיק און אָפּשאַצונג האָט נישט דערלאָזט קיין שום קאָמפּראָמיסן. אים איז וויכטיק געווען עס זאָל זײַן ׳אַ דראַמע׳, ווי כ׳פֿלעג פֿון אים אָפֿט הערן; און קיין דראַמעס, ווי איר פֿאַרשטייט, האָבן אין דער מדינה פֿון ייִדן קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט. נישט אַלע זײַנע „דראַמעס‟ פֿלעגן אַרויסרופֿן בײַם לייענער פּאָזיטיווע אָפּרופֿן…
לודען איז געווען אַ זשורנאַליסט פֿון גאָט מיט אַ גוואַלדיקער דערפֿאַרונג. זײַנע פּובליציסטישע ווערק האָבן אויסגעפֿורעמט דעם בוך „פֿון חלום צו שלום‟ (1979), וווּ ער גיט איבער אויף אַ שפּאַנענדיקן אופֿן די דראַמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ירושלים און קאַיִר; און די צוויי מאָנאָליטע בענד „אין געיעג נאָך מאָמענטן‟ (2009) — זײַנען אַ מין סך־הכּל פֿון זײַן זשורנאַליסטישער פּראַצע.
מערסטנס איז דער דויער פֿון אַ צײַטונגס־אַרטיקל אָדער רעפּאָרטאַזש נישט מער ווי אַ מאָמענט. דער פּאַראַדאָקס אָבער שטעקט אין דעם, אַז אַ סך פֿון לודענס אַרטיקלען האָבן ביז הײַנט נישט אָנגעוווירן זייער אַקטואַליטעט. זיי זײַנען טיף אײַנגעוואָרצלט אין געשיכטע און קולטור. זיי רופֿן אַרויס ברייטע אַסאָציאַציעס, ווײַל זייער מחבר איז אַליין געווען אַן אינטעלעקטואַל; אַ מענטש, אײַנגעטונקען אין דער נאַציאָנאַלער און וועלט־קולטור. אַנדערש וואָלט זיך נישט געקאָנט באַווײַזן אַזאַ וווּנדערלעך ווערק ווי זײַן בוך־אַלבאָם „פּערל פֿון גן־עדן: וועגן קונסט און וועגן קינסטלער‟ (1987).
איך האָב עס באַקומען פֿון יצחקן בעת אונדזער ערשטער טרעפֿונג, דעם 9טן מײַ 1991. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען מיר געוואָרן חבֿרים…
מײַן באַגריסונג צום יובילאַר האָב איך דעמאָלט פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער: „איך ווייס, אַז דײַן האַנט וועט נישט אַרויסלאָזן דאָס קאָמפּיוטער־מײַזל כּל־זמן אין דײַנע שלייפֿן קלאַפּט דאָס בלוט אין איין ריטעם פֿון דער צײַט…‟
אין פֿינף יאָר אַרום עס איז געשען… אָבער די צײַט שטעלט זיך נישט אָפּ. דער נעכטן פֿאַרבלײַבט אין זכּרון, צוזאַמען מיט די געשעענישן און געשטאַלטן. אויך יצחק לודענס געשטאַלט וועט פֿאַרבלײַבן אין זכּרון פֿון זײַן פֿאָלק און בײַ יעדן, ווער ס‘האָט אים געקענט.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
באָריס סאַנדלער