פֿון באָריס קאַרלאָוו

צען מײַל פֿון אָדעס
— צען טריט פֿון דאַנען ברענט דער גיהנום,
טאָ וואָס זשע וואַרטסטו נאָך?
— זאָל ער זיך ברענען, אָבי בֿײַ יענעם,
זאָל זײַן אַ גוטע וואָך.
— צען מײַל פֿון דאַנען בליט דער גן־עדן,
טאָ וואָס זשע זאַמסט זיך, וואָס?
— זאָל ער זיך בליִען, אַבי אונדז ביידן,
לויכט ער אין יעדן אות.
— צען ווערסט פֿון דאַנען איז דײַן היימשטאָט,
ניין, גראָד צען טויזנט ווערסט!..
— אַהין צו טאַקע — טאָג אײַן, טאָג אויסעט,
אַנטרינען וויל איך, — הערסט?..
גלעקעלעס קלאַנג
מע זאָגט אים: למאַי זאָלסטו זינגען,
אַז קיינעם ניט גייט דאָס ניט אָן?
און ער לאָזט זיך ווײַטער ווויל קלינגען,
ווי אַ גלעקל וואָס גלעקלט דין־דאָן!
יאָ, אמת! — זאָגט גלעקעלעס וואַקל,
דערוועקן כ‘וועל קיינעם ניט מער,
נאָר פֿאָרט אינעם וועלטלס סך־הכּל
איז אויך מײַן דין־דאָן עפּעס ווערט.
די זאָגערס מיט ביטער־קרום שמייכל
באַגלייטן דעם זינגערס געזאַנג…
ניט זיי איז באַשערט צו דערגרייכן
דעם צויבער פֿון גלעקעלעס קלאַנג.
איך רעד צו דיר
— איך רעד צו דיר…
— עלעגיש?
— ניין, פּראָזאָדיש:
אַ יעדוויד וואָרט
זיך פּאָרט
מיט גראַם און שטראָם
איך רעד צו דיר
מסתּמא
גאַנץ אַלטמאָדיש
און שטיי בעת־מעשׂה
האַרט בײַם ראַנד פֿון תּהום.
טאָ האָרך זיך אײַן…
— צו וואָס?
— צו אַלץ וואָס אונדז איז טײַער.
צום פֿלאַטער פֿון אַ פּיצל וואַסערפֿאַל
צו שטילן זשומען פֿון אוראַלטן שײַטער פֿײַער
וואָס גריסט אונדז מיט קדמוניש ווײַטן שטראַל
צו טיפֿער פּײַן פֿון אומגעשטילטן אומרו
וואָס מעסט אַהין־אַהער די צײַט פֿון זײַן —
אַ ליד צו דיר סײַ רויִק, סײַ מיט טומל
אַפֿילו ווען ס‘גייט אויס די לעצטע שײַן
אַ קול אין וואַלד
אַ קול אין וואַלד
וווּ עס לעבט ניט גאָט
און קיין מענטשלעכן שאָרך
ניט דערשפּירסט צווישן ביימער
וווּ די יוגנשאַפֿט ווערט אַלט
און דער סוד פֿונעם סאָד
פֿאַרבלײַבט ניט־דערהאָרכט,
געשטרויכלט מיט שטיינער…
אַ געזאַנג ניט פֿאַר דיר,
ניט פֿאַר קיינעם געדאַכט,
איבער אַלץ וואָס פֿאַרגעסט זיך
אויף אייביק…
אויף אייביק!
עס צעקרעכצט זיך —
דאָס קול, דער געזאַנג
און ס‘דערוואַכט
דער בטחון אין אַלץ
וואָס איז שטאַרביק
און גלייביק
אַ שמייכל
צום לעצטן מאָל גלײַך ווי צום ערשטן מאָל
מיט פֿייגעלעך אין בויך
מיט יאַשטשערקעס אין שמייכל,
דערהערסט אויף ס‘נײַ דער מאַמעשיס בת־קול
נאָר קאָנסט צו אים, ווי פֿריִער, ניט דערגרייכן
אַ רגע פֿליט פֿאַרבײַ און ווי אַמאָל
טוסטו אַ קלער: צי אפֿשר דאָרטן, אין די הייכן,
דערגרייכן וועט צום לעצטן ווי צום ערשטן מאָל
דער מאַמעס קול דײַן ווייטאָגדיקער שמייכל?
פֿייסבוק־פֿרײַנדשאַפֿט
מיר האָבן זיך באַקענט ריין ווירטועל
און ווירטועל געווען איז אונדזער ליבע.
געחבֿרט זיך, נאָר איבער פֿייסבוקס שוועל
אין דער רעאַלקייט קיין מאָל ניט אַריבער.
ביז איינער איז פֿאַרפֿאַלן אויף אַ ווײַל —
גלײַך ס‘לעבן האָט געטאָן אַ ווילדן קײַקל
און דו ווי אַ פֿאַריתומטער דערווײַל
שיִער זיך געעקט אָן יענעמס פֿרישן „לײַקל‟.
נאָר פֿאָרט ס‘אי דאָ נאָך יושר אויף דער וועלט —
דער אויסגעפֿעלטער פֿרײַנד ז‘צוריק געקומען!
אים אויף דעם פֿייסבוק טוסטו גלײַך אַ שטעל
אַרײַן אַ טעפּל פֿרישע ווירטועלע בלומען.