אַ ייִדישער שייגעץ

פֿון יעווגעני קיסין

(המשך, אָנהייב אין „ייִדיש־בראַנזשע‟ פֿאַר אָקטאָבער־חודש)

киссин;дети
אַנטקעגן דער דאַטשע איז געווען אַ קינדער-פּלאַץ, וווּ סטאַסיק פֿלעגט זיך שפּילן מיט אַנדערע קינדער. אַלע זײַנען זיי געווען מיידעלעך.

3

הגם די באָבע איז שוין געווען אויף פּענסיע, איז איר אַלץ שווערער געוואָרן גאַנצענע טעג אַכטונג צו געבן אויף איר טעמפּעראַמענטפֿול אייניקל. צו דרײַ יאָר האָט מען סטאַסיקן אָפּגעפֿירט אין קינדער-גאָרטן. שוין אינעם ערשטן טאָג האָט ער אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן זײַנע קונצן; די דערציִערין האָט גלײַך געוואָרפֿן אויף אים אַן אומחן. בעת די קינדער האָבן אויסגעשניטן פֿון פּאַפּיר פּושקעלעך און אָנגעקלעפּט אויף זיי בילדער פֿון פֿאַרשיידענע חיות און בלומען, האָט די דערציִערין געמאָלדן: ״און סטאַסיק עטלער איז אַ שלעכט ייִנגעלע. אים וועלן מיר אָנקלעפּן אויף דער פּושקע אַ זשאַבע.״.

סטאַסיק האָט זיך באַליידיקט און דערציילט וועגן דעם דער מאַמען. בטבֿע איז זי געווען א שטילע, און בדרך-כּלל ניט געקעמפֿט פֿאַר אירע אייגענע רעכט, נאָר פֿאַר איר קינד איז זי געווען גרייט אויסצודראַפּען די אויגן. זי איז געוואָרן אין כּעס און האָט מיט אַ סקאַנדאַל צוגענומען סטאַסיקן פֿונעם קינדער-גאָרטן.

קיין אַנדערע קינדער-גערטנער זײַנען דערנעבן ניט געווען, איז אַלץ ווידער געפֿאַלן אויף דער באָבעס פּלייצע. פֿון דעסטוועגן, כּדי צו פֿאַרגרינגערן דער באָבעס דאָליע, האָט די מאַמע געפּרוּווט צו לערנען סטאַסיקן לייענען. דער רעזולטאַט איז געווען הצלחהדיק: סטאַסיק האָט זיך גיך אויסגעלערנט אַלע אותיות און אָנגעהויבן לייענען מיט חשק כּלערליי ביכלעך, הגם לאַנג זיצן מיט אַ ביכל האָט ער סײַ־ווי ניט געקאָנט, ווײַל ער האָט פּשוט געמוזט זיך באַוועגן די גאַנצע צײַט. באַזונדערס האָט סטאַסיק ליב געהאַט צו לייענען וועגן אויטאָס, עראָפּלאַנען, ווי אויך וועגן מלחמה.

ווען די באָבע-זיידע האָבן גערעדט ייִדיש צווישן זיך, האָט סטאַסיק דערקוטשעט זיי מיט פֿראַגעס: און וואָס הייסט דאָס, און וואָס מיינט יענץ? אין דעם פֿאַל האָבן זיי אָבער ניט תּמיד צופֿרידיקן געשטעלט זײַן נײַגער מיט גרויס חשק. איין מאָל האָט דאָס אייניקל זיי אַפֿילו געזאָגט: ״נו, זאָ-אָ-אָגט זשע! כ׳וועל קיינעם ניט דערציילן!״ — וואָס איז דאָס געווען? דער זעקסטער חוש? ווער ווייסט… די באָבע, אַרײַנקוקנדיק אין סטאַסיקס כיטרע אייגעלעך, האָט זיך צעשמייכלט און, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ, געזאָגט: ״אוי, אַ שייגעץ!..״

אַן אַנדערש מאָל, האָט סטאַסיק דערהערט, ווי די באָבע האָט אַ זאָג געטאָן: ״קוש אין תּחת!״ — האָט סטאַסיק באַלד געוואָלט וויסן, וואָס דאָס מיינט? ״ביסט אַ נאַריש קינד,״ — האָט אים די באָבע געענטפֿערט. במשך פֿון יאָרן איז סטאַסיק געווען זיכער, אַז ״קוש אין תּחת״ מיינט טאַקע ״ביסט אַ נאַריש קינד״.

פֿון די ייִדישע לידער, וואָס די באָבע פֿלעגט זינגען, איז סטאַסיקן באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן דאָס לידעלע, אין וועלכן ס׳האָט זיך כּסדר איבערגעחזרט: ״טשירי-בירי-באַם״. סוף-כּל-סוף, האָט ער עס אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק און אָנגעהויבן עס אויסשרײַען מיט לײַדנשאַפֿט אויף דער גאַנצער דירה. די מעלאָדיע איז ער ניט מסוגל געווען איבערצוגעבן, מחמת קיין מוזיקאַליש געהער האָט ער ניט געהאַט. וואָס יאָ — ער האָט ליב געהאַט דאָס חיות צו דעקלאַמירן די ווערטער פֿונעם ליד, באַזונדערס ״טשירי-בירי-טשירי-בירי-באַם-באַם-באַם״.

דעקלאַמירן האָט סטאַסיק בכלל ליב געהאַט. איין מאָל, בעת זײַן פֿערטן אָפּזײַן אויף דער דאַטשע, שפּאַצירנדיק מיטן טאַטן איבערן ייִשובֿ, האָט ער דערזען אַ רויטלעך-ברוין פֿערד און זיך צוגעטשעפּעט צום טאַטן: “כ’וויל אויפֿן פֿערד!” — האָט דער טאַטע שוין געמוזט בעטן דעם באַלעבאָס, ער זאָל לאָזן דעם ייִנגל זיצן אויפֿן פֿערד אַ פּאָר רגעס. דער באַלעבאָס, אַ מיטלוווּקסיקער באַיאָרטער מענטש מיט שטעכיקע האָר אויפֿן דאַרן גערונצלטן פּנים, האָט אַוועקגעזעצט סטאַסיקן רײַטנדיק. דערפֿילט אונטער זיך דאָס פֿערד, האָט סטאַסיק אָנגעהויבן שרײַען מיט התלהבֿות לייב קוויטקאָס ליד: ״חבֿר וואָראָשילאָוו, איז שרײַב מיר דאַן באַלד! איך בין שוין אַ גרויסער, איך וואַקס נאָכאַנאַנד, איך לערן זיך האַלטן אַ ביקס אין דער האַנט!״ — און גענומען ציִען דעם פֿערדס שוואַרצע גריווע, ווי לייצעס. דאָס פֿערד נעבעך האָט געפֿאָרשקעט און געשאָקלט מיטן קאָפּ.

״אַנו, קריך אַראָפּ!״ — האָט דער באַלעבאָס געהייסן דעם קליינעם רײַטער, און אים אָראָפּגעשלעפּט פֿונעם פֿערד…

אַנטקעגן דער דאַטשע איז געווען אַ קינדער-פּלאַץ, וווּ סטאַסיק פֿלעגט זיך שפּילן מיט אַנדערע קינדער. אַלע זײַנען זיי געווען מיידעלעך; קיין אַנדער ייִנגל פֿון סטאַסיקס עלטער איז אינעם ייִשובֿ דעמאָלט ניט געווען. איין מאָל האָט סטאַסיק דערזען, ווי אינעם שכנישן הויף באָדט זיך אַ קליין מיידעלע. זײַן שאַרף אויג האָט תּיכּף באַמערקט, אַז צווישן די פֿיס איז בײַם מיידעלע עפּעס אַנדערש, ווי בײַ אים.

נאָך עטלעכע אומגעלומפּערטע פּרוּוון צו איגנאָרירן זײַן פֿראַגע, האָבן די עלטערן אים דערקלערט, אַז “דאָס וואָס בײַ ייִנגעלעך איז איינס, און בײַ מיידעלעך — אַנדערש”. אַוודאי, איז די דערקלערונג געווען כּלל ניט גענוג פֿאַרן וויסנדורשטיקן סטאַסיק. ער איז געלאָפֿן אויפֿן קינדער-פּלאַץ און האָט אינפֿאָרמירט די מיידעלעך, אַז “דאָס וואָס בײַ זיי איז איינס, איז בײַ אים — גאָר עפּעס אַנדערש…”

יענע האָבן וועגן דעם קיין אַנונג ניט געהאַט. דעמאָלט האָט סטאַסיק אַראָפּגעלאָזט די גאַטקעס. דאָס, וואָס ער האָט דעמאָנסטרירט די מיידעלעך, האָט זיי בפֿירוש פֿאַרחידושט. איין מיידעלע האָט פֿאַרריסן איר קליידעלע און אַראָפּגערוקט אירע גאַטקעס. סטאַסיק האָט אַ קוק געטאָן און פֿאָרגעלייגט: ״לאָמיר גיין צו דער רער!״. די חבֿרה האָט זיך געלאָזט צו דער בעטאָן־רער אויפֿן ראַנד פֿונעם פּלאַץ.

אין עטלעכע מינוט אַרום איז אַהין צוגעגאַנגען די מאַמע פֿון אַ מיידעלע, און דערזען דאָס שיינע בילד: סטאַסיק ליגט אויף דער רער מיט אַראָפּגערוקטע גאַטקעס, און די מיידעלעך אַרום אים באַטראַכטן מיט נײַגער זײַן אוצרל פֿון אַלע זײַטן; דערבײַ פּאָרעט זיך סטאַסיק אונטער איר טאָכטערס קליידעלע. מיט געשרייען, האָט די פֿרוי אַוועקגעפֿירט איר טאָכטער אַהיים. דערנאָך איז זי אַוועק זיך קלאָגן צו אַלע אַנדערע עלטערן.

לויט איר רעאַקציע, האָבן די קינדער פֿאַרשטאַנען, אַז זיי האָבן געהאָט געטאָן עפּעס ניט שיינס, נאָר פֿאַר זײַנע עלטערן און באָבע-זיידע האָט סטאַסיק געמאַכט אַן אומשולדיק-פֿאַרחידושט פּנים: ״איך האָב דאָך ניט געוווּסט, אַז מע טאָר עס ניט טאָן! טאָ פֿאַר וואָס זשע שרײַט איר אויף מיר?״.

דאָס זעלבע האָט זיך איבערגעחזרט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, ווען סטאַסיק האָט אָנגעהויבן אַרײַנשטעלן אין זײַנע רייד מיאוסע ווערטער, דערהערט פֿון עלטערע ייִנגעלעך. די מאַמע האָט געמאַכט אַ שטרענג פּנים און גענומען שרײַען אויף אים. סטאַסיק, פֿון זײַן זײַט, האָט זיך פֿאַרטיידיקט מיט ווירדע און עוולה: ״איך האָב דאָך ניט געוווּסט, אַז די ווערטער זײַנען שלעכטע! וואָס זשע שרײַסטו אויף מיר?!״.

דעם גאַנצן אָוונט איז ער אַרומגעגאַנגען מיט אַן אויסזען פֿון אַ באַליידיקטן, געבנדיק צו פֿאַרשטיין, אַז מער זאָל מען זיך מיט אים אַזוי אומיושרדיק ניט באַגיין! און מ׳האָט עס טאַקע גוט פֿאַרשטאַנען אויף תּמיד.

וואָס שייך דעם אינצידענט מיט די מיידעלעך, האָט סטאַסיק געמאַכט פֿאַר זיך אַן אייגענעם אויספֿיר: מע מעג טאָן אַלץ, אָבער אַזוי, אַז קיינער זאָל דערפֿון ניט וויסן.

 

кгб-3
אין “קאַ־גע־בע” האָט מען געזאָגט, אַז זיי דאַרפֿן זיך יאָ טרעפֿן מיט זייער קרובֿ. דאָס באַגעגעניש איז געשען אינעם רעסטאָראַן בײַם האָטעל.

4

סוף יענעם זומער, באַלד נאָך דעם, ווי די משפּחה האָט זיך אומגעקערט פֿון דער דאַטשע, איז פֿאָרגעקומען אַזוינס, וואָס האָט נאָך שטאַרקער געמאַכט סטאַסיקס מיינונג, אַז ניט בלויז ער מעג, נאָר ער מוז אַפֿילו האָבן סעקרעטן פֿון די דערוואַקסענע. מחמת עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכער סיבה, זײַנען אַלע אין שטוב פּלוצעם געוואָרן זייער באַזאָרגט.

אין אַ טאָג האָט עמעצער אָנגעקלונגען אין דער טיר; און דער זיידע, אַן אָנגעשראָקענער, האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, מ׳זאָל ניט עפֿענען. עטלעכע טעג שפּעטער, אין אָוונט, זײַנען די באָבע-זיידע אַרויס פֿון שטוב, אָנגעטאָן אין אַזעלכע מלבושים, וואָס סטאַסיק האָט פֿריִער קיין מאָל אויף זיי ניט געזען: די באָבע — אין אַ יום־טובֿדיק אָוונטקלייד, און דער זיידע — אויסגעפּוצט אין אַן אָנצוג מיט אַ שניפּס… אויף סטאַסיקס פֿראַגעס האָבן זיי בפֿירוש ניט געוואָלט ענטפֿערן; אים איז געוואָרן קלאָר, אַז סע טוט זיך עפּעס אָפּ, וואָס אים וויל מען עס ניט זאָגן, און ער האָט באַשלאָסן: “זיי האָבן סודות פֿון מיר, וועל איך אויך האָבן סודות פֿון זיי!”

נאָר מיט אַ סך יאָרן שפּעטער איז סטאַסיק געווויר געוואָרן, וואָס ס’איז אין יענע טעג געשען: ס׳האָט זיך באַוויזן איינער אַ קרובֿ פֿון קאַנאַדע, וואָס איז געקומען קיין מאָסקווע ווי אַ טוריסט. תּחילת האָט ער אָנגעקלונגען אויפֿן טעלעפֿאָן, דערנאָך איז ער געקומען (דווקא ער האָט דעמאָלט געקלונגען אין דער טיר), און ווען מ׳האָט אים ניט אַרײַנגעלאָזט, האָט ער אָנגעקלונגען צו די שכנים און געלאָזט בײַ זיי אַ צעטעלע פֿאַרן זיידן.

דער איבערגעשראָקענער זיידע האָט זיך פֿאַרבונדן מיט זײַן ברודער, כּדי זיך מישבֿ זײַן, וואָס צו טאָן אין דער סיטואַציע, און יענער האָט זיך געלאָזט גלײַך אין “קאַ-גע-בע” צו מעלדן: אַזוי און אַזוי, ס׳האָט זיך געיאַוועט עפּעס אַ קרובֿ פֿון קאַנאַדע, וועלכן מע קען אים אַפֿילו ניט…

אין “קאַ־גע־בע” האָט מען אים געזאָגט, אַז זיי דאַרפֿן זיך יאָ טרעפֿן מיט זייער קרובֿ. דאָס באַגעגעניש איז געשען אינעם רעסטאָראַן בײַם האָטעל, וווּ דער קרובֿ מיט זײַן ווײַב האָבן זיך אָפּגעשטעלט. דווקא אַהין זײַנען געגאַנגען די באָבע-זיידע אין יענעם אָוונט.

ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער קאַנאַדער קרובֿ איז אַ קאָמוניסט; מסתּמא, מחמת דעם האָט מען זיי דערלויבט זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אויסלענדישע קרובֿים זײַנען געווען זייער ליבלעך און האָבן געגעבן דער באָבען אַ מתּנה: אַ שיינעם ווײַסן טוך, אויסגענייט פֿון בלינדע פֿרויען אין ישׂראל…

און דאָס לעבן איז געגאַנגען ווײַטער, מיט זײַן באַשערטן וועג און שטייגער.

סטאַסיק האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, שטיפֿן און זיך אינטערעסירן מיט אַלצדינג אויף דער וועלט. דערזען דעם טאטן פֿאַרריכטן פֿאַרשיידענע זאַכן, האָט סטאַסיק אויך פֿאָרוואָלט פֿאַרשרויפֿן-אָפּשרויפֿן מוטערקעס און פֿאַרקלאַפּן-אַרויסרײַסן צוועקעס. דעם קליינעם שרויפֿנציִער און אַפֿילו די אָפּצווענגעס האָט דער טאַטע מסכּים געווען אים געבן האַלטן אין די הענט, נאָר דאָס העמערל — ניט. אין אַ טאָג, דערזען אינעם טאַטנס האַנט אַ העמערל, האָט סטאַסיק אָנגעהויבן בעטלען: ״נו, טאַטע, גיב מיר אַרײַנקלאַפּן כאָשט איין צוועקל!״ — און דער טאַטע, כּדי זיך אָפּטשעפּען פֿונעם קליינעם נודניק, האָט געענטפֿערט: ״אויב ד׳וועסט זיך אויפֿפֿירן גוט, וועל איך עס דיר געבן.

מ׳האָט געדאַרפֿט זען, אין וואָס פֿאַר אַ ״מלאכל מיט פֿליגעלעך״ סטאַסיק האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איין אויגנבליק: אויפֿגעהערט קונדסעווען, געפֿאָלגט די דערוואַקסענע… נו, ממש מ׳האָט דאָס קינד פֿאַרביטן! אין עטלעכע טעג אַרום האָט דער טאַטע גענומען אין איין האַנט סטאַסיקס קולעקל מיטן פֿאַרקוועטשטן העמערל, און אין דער אַנדערער — אַ קליין צוועקעלע. צוזאַמען האָבן זיי דאָס צוועקל אַרײַנגעקלאַפּט אין דער פּאָדעשווע פֿונעם טאַטנס אַ שוך.

סטאַסיק האָט זיך אַ סך געשפּילט מיט אַנדערע קינדער אינעם הויף און איז געוואָרן דער גרעסטער כּל-בוניק צווישן זיי. די באָבע, זיצנדיק אויף אַ באַנק, האָט ניט געקאָנט זען אַלץ מיט אַלע פּרטים, נאָר דאָס קלינגעוודיקע קולכל סטאַסיקס האָט זיך כּסדר געלאָזט הערן איבערן גאַנצן הויף.

איין מאָל, ווינטערצײַט, האָט די באָבע דערזען, אַז סטאַסיק עסט שניי; זי האָט אים תּיכּף גענומען אַהיים, געגעבן טרינקען הייסע טיי און דערקלערט, אַז מער זאָל ער עס ניט טאָן, ווײַל ער קאָן קראַנק ווערן. האָט זי אָבער ניט געוווּסט, אַז איר פֿיפֿיק אייניקל האָט פֿריִער שוין עטלעכע מאָל געהאַט פֿאַרזוכט שניי, אַפֿילו שמוציקן שניי, און קיין שלעכטס איז מיט אים ניט געשען — ניט מיטן האַלדז, ניט מיט זײַן מאָגן. באמת אַ קינד אַ מופֿת — קיין חלאתן האָבן זיך צו אים ניט צוגעקלעפּט!

ברוך־השם, ניט די באָבע און אויך ניט די אַנדערע בני-בית האָבן זיך קיין מאָל ניט דערוווּסט, אַז מיט עטלעכע חדושים שפּעטער האָט סטאַסיק “פֿאַרזוכט” עפּעס אַ מער געפֿערלעכע זאַך, ווי שניי, אַניט וואָלט די באָבע זיכער באַקומען אַ האַרץ־אַטאַקע; נאָר דאָס איז שוין אַ לענגערע מעשׂה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פֿיל פֿריִער…

צווישן אַנדערע זאַכן האָבן סטאַסיקן, נאַטירלעך, פֿון לאַנג שוין פֿאַראינטערעסירט שוועבעלעך. וויסנדיק וועגן דעם זונס רײַכע פֿאַנטאַזיע, האָט די מאַמע אָנגעהויבן באַהאַלטן פֿון אים די שוועבעלעך אין דער וואַנט-שאַפֿע. סטאַסיק האָט אָבער אונטערגערעדט זײַנע הויף-חבֿרימלעך ארויסגנבֿענען די שוועבעלעך פֿון שטוב. איינעם פֿון זיי, וויטיען, איז עס געלונגען. די חבֿרה האָט זיך געלאָזט צום ווײַטערן טייל פֿונעם הויף, לעבן שכנישן הויז, און געפּרוּווט דאָרט אָנצינדן די שוועבעלעך. צו זייער באַדויער, האָט עס דערזען אַ פֿרוי פֿון איר באַלקאָן…

יעדער פֿון דער חבֿרה ייִנגלעך האָט גוט אַרײַנגעכאַפּט פֿון די עלטערן און איז באַשטראָפֿט געוואָרן נישט אַרויסגיין אין דרויסן במשך פֿון עטלעכע טעג. וויטיע האָט גלײַך דערציילט, אַז דאָס האָט סטאַסיק אים געהאַט אונטערגערעדט; און הגם עס האָט וויטיען סײַ ווי ניט געראַטעוועט פֿונעם טאַטנס גאַרטל, האָט זײַן טאַטע, שיכּורערהייט מיט רישעותדיקע געלע אייגעלעך, אַ וואָרטשע געטאָן מיט כּעס: ״אַ פּאַסקודנע זשידעלע!״ — און וויטיעס באָבע איז געגאַנגען זיך קלאָגן צו סטאַסיקס עלטערן און באָבע-זיידן.

אַרויס אין הויף צום ערשטן מאָל נאָך דער באַשטראָפֿונג, איז סטאַסיק גלײַך צוגעגאַנגען צו וויטיען מיט די ווערטער: ״האָסט אויסגעגעבן דײַן חבֿר, פֿאַררעטער! בעת דער מלחמה פֿלעגט מען אַזעלכע פֿאַררעטערס צעשיסן!״ — און אים אַ שטויס געטאָן אין ברוסט אַרײַן מיט אַ צאַצקע-פּיסטויל. אַלע אַנדערע ייִנגעלעך האָבן מסכּים געווען מיט סטאַסיסן, און מיט אַ געשריי: ״טו-טו-רו-טו-טו!״ — ״צעשאָסן דעם פֿאַררעטער״ — ווער מיט צאַצקע-פּיסטוילן, ווער פּשוט, מאַכנדיק אַ פּיסטויל פֿון די פֿינגער.

אַחר-המעשׂה האָט סטאַסיק ממילא אונטערגעקוקט, פֿון וואַנען די מאַמע נעמט אַרויס די שוועבעלעך. דאָס איז אָבער געווען בלויז דער אָנהייב…

אַוודאי, האָט סטאָסיק ניט איין מאָל געזען מענטשן רייכערן. אויף זײַנע פֿראַגעס האָבן די דערוואַקסענע אים פּרטימדיק דערקלערט, אַז רייכערן איז זייער שעדלעך פֿאַרן געזונט. ״פֿאַר וואָס זשע רייכערט מען, אַז ס׳איז אַזוי שעדלעך?״ — האָט סטאַסיק געפֿרעגט מיט חידוש. ״דאָס זײַנען נאַרישע מענטשן״, — האָט די מאַמע געענטפֿערט.

סטאַסיק איז שוין דעמאָלט געוואָרן פֿינף יאָר אַלט. ער איז אין יענעם טאָג געבליבן אין דער היים מיט דער באָבען. פֿאַרמאַטערט פֿון זײַנע קונדסערײַען, איז זי אײַנגעשלאָפֿן אינעם פֿאָטעל. סטאַסיק האָט זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן, אָנגעהויבן עפֿענען דאָרטן פֿאַרשיידענע שופֿלאָדן און דערזען אין איינעם פֿון זיי אַ פּעקל ציגאַרעטן. ער האָט זיך תּיכּף דערמאָנט אין די טאַטע-מאַמעס ווערטער, ווי געפֿערלעך דאָס רייכערן איז פֿאַרן געזונט, און ממש אַ בליץ האָט אים אַ שנײַד געטאָן דעם מוח: מע באַהאַלט ווידער עפּעס פֿון אים אויס; מע נאַרט אים אָפּ — איז וועט ער זיי אויך אָפּנאַרן!

וויסנדיק, אַז באַלד וועט די באָבע אים אַרויספֿירן אין דרויסן, האָט ער ארויסגענומען איין ציגאַרעט, דערנאָך ארויפֿגעקראָכן אויף דעם טאַבורעט, געפֿונען אין דער וואַנט-שאַפֿע דאָס פּודעלע שוועבעלעך און ארײַנגעלייגט דאָס אַלץ אין דער קעשענע פֿון זײַן פּעלצל. אַרויס אין הויף, האָט סטאַסיק אומגעזאַמט זיך אַ לאָז געטאָן צו די מיסטקאַסטנס, וואָס זײַנען געשטאַנען גענוג ווײַט סײַ פֿון דער באָבעס באַנק און סײַ פֿונעם שכנישן הויז.

דאָרטן האָט ער זיך אַרומגעקוקט, גענומען דעם ציגאַרעט אין מויל, אַ טשירקע געטאָן מיט אַ שוועבעלע און, ברענענדיקערהייט עס צוגעטראָגן צו דער ציגאַרעט… ״סטאַסיק, וווּ ביסטו?״ — האָט זיך דערהערט דער באָבעס קול. סטאַסיק האָט אַוועקגעוואָרפֿן דאָס שוועבעלע אין שניי, אַרויסגענומען די ציגאַרעט פֿון מויל און אויסגעשריגן: ״כ׳בין דאָ!״. אַ קוק געטאָן אויף דעם ציגאַרעט, האָט ער דערזען, אַז ער איז פֿאַרלאָשן געוואָרן. כּדי ניט אַרויסצורופֿן קיין חשד בײַ דער באָבען, האָט ער זיך אומגעקערט אין הויף אויף עטלעכע מינוט און ווידער נעלם געוואָרן הינטער די מיסטקאַסטנס. די ווײַטערדיקע פּרוּוון האָבן קיין הצלחה ניט געבראַכט: סטאַסיק האָט ניט געוווּסט, ווי אַזוי מע רייכערט, אַז מ׳דאַרף “געבן אַ צי”.

באַטראַכט דעם ענין, האָט ער באַשלאָסן זיך אונטערצוקוקן, ווי אַזוי מ׳רייכערט. אַ חודש שפּעטער, אין אַ פֿרישן אַפּריל-טאָג, האָט סטאַסיק דערזען אין הויף אַ בחור פֿון אַ יאָר זעכצן מיט אַ ציגאַרעט אין מויל און געפֿרעגט אים, ווי אַזוי יענער רייכערט, אַז דער ציגאַרעט ווערט בײַ אים ניט פֿאַרלאָשן; דער יונג האָט אים אַלץ געוויזן. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט סטאַסיק ווידער בשתּיקה אַרויסגעגנבֿעט אַ ציגאַרעט און די שוועבעלעך, און ווי באַלד די באָבע האָט אים אַרויסגעפֿירט אין הויף, האָט ער זיך געלאָזט צו די מיסטקאַסטנס. זיך איבערצײַגט, אַז אַרום איז קיינער ניטאָ, האָט ער געכאַפּט דעם ציגאַרעט אין מויל, צוגעטראָגן דאָס אָנגעצונדענע שוועבעלע און מיט אַלע כּוחות אַ צי געגעבן… אַ דאַנק דער פֿרישער וועסנע-לופֿט, איז דאָס געזונטע ייִנגל גיך געקומען צו זיך… און קיינער האָט גאָרנישט ניט באַמערקט.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s