ריזשי קאָט

вологда
וואָלאָגדע… נאָכן איבערקוקן די טוריסטישע בראָשורן, האָט פֿײַוויש פֿאַרשטאַנען, אַז אין יעדער אַלטער רוסישער שטאָט איז פֿאַראַן אַן אייגענער קרעמל
פֿון יואל מאַטוועיעוו

ביסט מײַן האַרץ, ביסט מײַן ליכט,
וווּ כ׳זאָל ניט גיין, זע איך דײַן געזיכט.
(אַ מאָדערנער שמועס, 1984)

פֿײַוויש אוילענבוים האָט, סוף־כּל־סוף, אײַנגעדרימלט אויפֿן וועג פֿון מאָסקווע קיין וואָלאָגדע. ווען די סאַטמאַרער יונגע־לײַט פֿון וויליאַמסבורג האָבן געענפֿט דעם נײַעם שטרײַמל־ביזנעס, בשותּפֿות מיט די “סטאַריבראַציס” (גיי ווייס, ווער זיי זענען?), האָט פֿײַוויש אויך באַשלאָסן צו פֿאָרן. נישט פֿאַר די שטרײַמלעך, נאָר פֿאַר זײַן באַשיידן דירות־געשעפֿט. נאָכן אײַנקויפֿן צוויי הײַזער אין מינעסאָטע, האָט זײַן חבֿרותא אים אַן עצה געגעבן זיך אַ דריי צו געבן אין רוסלאַנד.

“ריזשי קאָט”, — האָט דער אײַנגעדרימלטער פֿײַוויש דערהערט פֿון זײַן אייבערשטער פּאָליצע.
וואָס? דער וואַגאָן איז בפֿירוש זייער אַ מענטשלעכער — אין אַמעריקע זענען אַזעלכע, דאַכט זיך, בכלל נישט בנימצא. ווען ער האָט זיך געשלעפּט פֿון סיקאָקעס קיין מינעאַפּאָליס, האָט ער זיך געשאָקלט, ווי אַ כּפּרה־הינדל, פֿינעף שעה פֿאַר 150 דאָלאַר. און דאָ, פֿאָרט ער פֿאַר אַ שיבוש אין אַ קופּע. זײַן חבֿרותא האָט אים נאָך אין מאָנסי דערקלערט דעם חילוק צווישן דעם “קופּע” און “פּלאַצקאַרטע”.

אויבן, קעגנאיבער, איז געשלאָפֿן אַ 40־יאָריקער רוס מיט אַן אָפּגעגאָלטן קאָפּ, וועלכער האָט אַ פּאָר מאָל אַ קוק געגעבן אויף פֿײַווישן פֿאַרכמורעט, מיט אַ ביסל חשד. אונטן האָבן צוויי פֿרויען געשפּילט אין קאָרטן און געגעסן עפּעס זיכער טרייפֿס: “סאַלצע”*. זיי האָבן אים עפּעס געזאָגט, אָבער ער האָט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק. פֿעטע, מיט גרויסע בריסט און צלמים אויף די דעקאָלטירטע קליידער, האָבן זיי אים דערמאָנט די שוואַרצע סעקרעטאַרשע פֿון דער שטאָטישער קינדער־קליניק, סענדי. אויך אַ שיינע, אָבער מיט אַן אַנדער מין צלם. צווישן די קאָרטן איז געשטאַנען אַ פֿלאַש. מע טאָר נישט זאָגן, אַז שיקסעס זענען שיין; ס׳איז אַן עבֿירה אַפֿילו צו טראַכטן וועגן דעם. אָבער וואָס קען מען טאָן, ווען די מחשבֿה פּסקנט קעגן דער הלכה?

ריזשי קאָט”, — האָט פֿײַוויש ווידער דערהערט די מיסטעריעזע ווערטער. אין זײַן חלום, האָט ער געשמועסט אויף ענגליש מיט דער פֿרוי, וועלכע האָט געבראַכט די טיי אין דינע גלעזער. אַ בלאָנדע, מיט שלאַנקע הויכע פֿיס און אַ פֿרײַנדלעכן, אָבער קאָמאַנדירסקע טאָן. פֿון אויבן האָט ער אַרײַנגעקוקט אין איר קלייד און באַמערקט, אַז זי טראָגט אויך אַ צלם, דאַכט זיך, אַ גאָלדענעם. די וויזיע האָט אים תּיכּף אַוועקגעטראָגן אין דער וווּנדערלעכער חלום־וועלט, וווּ ער האָט, צום גליק, געקאָנט זיך טרעפֿן מיט דער קאָנדוקטאָרשע פּנים־אל־פּנים, אויב ער האָט ריכטיק פֿאַרגעדענקט דאָס מאָדנע וואָרט…
“ריזשי קאָט”, — האָט זיך געהערט פֿון דער שיינער קאָרטן־שפּילערין, און די ווערטער האָבן איבערגעריסן זײַן ווירטועלע באַגעגעניש…

ביז וואָלאָגדע איז געבליבן נאָך דרײַ און אַ האַלב שעה; גענוג צײַט אויסצוקלאָרן, אַז “ריזשי קאָט”, מיינט אויף רוסיש אַ רויטער קאָטער.

די באַראַבאַשקע

געפּוצט איז ווענערע
געטראָטן גאַנצן שטאַרק —
מיט איר וועל איך ווערן
אַ פֿרײַנד פֿון זשאַן ד׳אַרק.
(סאָלאָוויי ראַזבויניק, “אַפּאָקריפֿישע ווערק”)

צוויי טאַדזשיקישע סטודענטקעס, האָבן געוווינט צוזאַמען אין אַ ביליקער מאָסקווער דירה. יעדע נאַכט פֿלעגט אַ בייזער רוח קומען צו זיי. איין מאָל, איז דאָס מעבל אַרומגעפֿלויגן; אַ צווייט מאָל, האָט דער קליידער־שראַנק זיך אָנגעצונדן; אַ דריט מאָל, האָבן אַלע לעמפּעלעך אין דער דירה געפּלאַצט. אין אַ פֿאַרנאַכט האָט איינע פֿון די מיידלעך, ליילאַ, געוואָלט זיך אָנגיסן טיי. איז די טיי אויסגערונען דורך דעם דיקן דנאָ פֿון דער פּאָרצעלײַענער טשאַשקע. בשכנות מיט זייער דירה, האָט זיך געהערט ווי עס ווויעט אַ וואָלף און עס הוקעט אַ סאָווע.

אַמאָל, האָט זיך באַוויזן אין דער דירה אַן אויסטערלישע חיה — האַלב אַ יאָזשיק, האַלב אַ חזירל. די איבערגעשראָקענע מיידלעך האָבן עס אָנגערופֿן מיטן נאָמען “באַראַבאַשקע”. בייזע צונגען האָבן דערציילט, אַז אינעם אינסטיטוט, וווּ די מיידלעך האָבן זיך געלערנט, האָבן די סטודענטן זיך געשפּילט אין שוואַרצער מאַגיע. האָבן זיי געשיקט דעם בייזן כּוח צו די צוויי מיידלעך. זײַענדיק מוסולמענערינס, זײַנען די סטודענטקעס קיינמאָל נישט געגאַנגען זיך מתוודה זײַן בײַ אַ גלח. דעריבער איז דער בייזער רוח געקומען דווקא אין זייער דירה. נאָך מער: ער איז אַרײַן אין דער ייִנגערער סטודענטקע, פֿאַטימאַ, און זי האָט אָנגעהויבן כראָפּען און הירזשען, ווי אַ פֿערד.

איז די עלטערע פֿון זיי געגאַנגען אויפֿן מאַרק און האָט געפֿונען דאָרט אַן אַלטן קאָראַן, די ערשטע פּעטערבורגער אויסגאַבע פֿון 1787. אַן אַלטע פֿרוי מיט שוואַרצע אויגן און אין אַ שוואַרצער פֿאַטשיילע האָט איר דערציילט, אַז דעם קאָראַן האָט זי על־פּי־נס אָפּגעהיט נאָך פֿון דער רעוואָלוציע אָן. זי האָט אַ וואַרף געטאָן אויפֿן טאַדזשיקישן מיידל אַ שאַרפֿן בליק און באַמערקט, אַז יאָרן לאַנג צוריק האָט אין פֿראַנקרײַך געוווינט אַ העלדישע פֿרוי, זשאַנע האָט זי געהייסן. די גלחים האָבן זי, נעבעך, פֿאַרברענט אויף אַ שײַטער; אָבער הײַנט איז זי בײַ די קאַטויליקער פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ הייליקע זשאַן. “איר פּנים האָט געשײַנט ווי בײַ ווענערע”, —האָט די פֿרוי צוגעגעבן.

איר ווילט וויסן, וואָס ס’איז געשען מיט דעם חיהלע באַראַבאַשקע? עס איז נעלם געוואָרן. „מכּתּוב‟ — אַזוי שטייט פֿאַרשריבן אינעם ספֿר־החיים.

קאָנקורענטן

— דער קיניג איז אַוועק!
— ער לעבט נאָך אַלץ, דו שנעק!
(איסטערן־פּאַרקוויי, 770)

די היימלאָזע פּאַרשוינען האָט פֿײַוויש אוילענבוים באַמערקט ערשט נאָך אַ לאַנגן שפּאַציר אַרום דעם וואָלאָגדער קרעמל. נאָכן איבערקוקן די טוריסטישע בראָשורן, האָט ער פֿאַרשטאַנען דעם חידוש, אַז אין יעדער אַלטער רוסישער שטאָט איז פֿאַראַן אַן אייגענער קרעמל. בעצם, מיינט עס פּשוט אַ פֿעסטונג אָדער אַ שלאָס. אויפֿן ברעג פֿון דעם טײַך זאָלאָטוכע, לעבן דעם קרעמל, האָבן צוויי היימלאָזע לײַט אים באַגריסט מיט אַ “שלום־עליכם” און פֿאָרגעלייגט צו מאַכן אַ לחיים מיט אַ שוואָם, וועלכן זיי האָבן אויסגעגראָבן גלײַך פֿון דר׳ערד.

“נאַפּאָלעאָן אַליין פֿלעגט עסן שאַמפּיניאָנען און זיי פֿאַרטרינקען מיט קאָניאַק,” — האָט באַטאָנט יאַשע, אַן אָפֿטער מתפּלל פֿון דער מאָסקווער כאָרשול. ער האָט פֿאַרבראַכט זײַן זומער־וואַקאַציע אין דער אַלטער רוסישער שטאָט מיט זײַן חבֿר זיאַמע.

“צום באַדויערן, וווינען הײַנט ווייניק ייִדן אין וואָלאָגדע, — האָט ער זיך באַקלאָגט, — אָבער די אָרטיקע ליובאַוויטשער שיל ציט צו אַ פּאָר הונדערט מענטשן אויף ראָש־השנה און יום־כּיפּור”.

“קוש אין תּחת אויף צו להכעיס”, — האָט זיאַמע פּלוצעם אַרויסגעוויזן זײַנע קענטענישן פֿון ייִדיש. דערנאָך האָט יאַשע זיך באַרימט, אַז ער האָט שוין דאָ געקויפֿט דרײַ דירות.

אויפֿן ראָג האָט זיך באַוויזן אַ רויטער קאָטער. “ריזשי קאָט”, — האָט זיך דערמאָנט פֿײַוויש.

Mea Culpa

אויפֿן וועג צוריק, נאָכן דורכגעפֿאַלענעם דירות־געשעפֿט, האָט פֿײַוויש געטראַכט, אַז די נסיעה איז, פֿון דעסטוועגן, געווען אַ געלונגענע. ער האָט אַ ביסל געזען מאָסקווע און וואָלאָגדע, זיך באַקענט מיט די מתפּללים פֿון די אָרטיקע שילן, באַקומען ביזנעס־קאַרטלעך פֿון מעגלעכע דירות־הענדלער.

אינעם עראָפּלאַן האָט ער דערזען יענע צוויי פֿעטע יפֿת־תּוארס, וואָס זײַנען געפֿאָרן מיט אים אין איין וואַגאָן קיין וואָלאָגדע. איצט האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זיי קענען ענגליש נישט בעסער פֿון אים, אָבער מיט דער סטואַרדעסע האָבן זיי געקאָנט זיך צונויפֿרעדן. אַדרבה, זיי גייען אויך אין אַ ליובאַוויטשער שיל, באַצירט מיט זייערע צלמים. נינאַ, איינע פֿון זיי, האָט אים געוויזן אַ בילד, וווּ זי שטייט אין קאָני־אײַלענד האַלב נאַקעט בײַ אַ ריזיקער מנורה.

אינעם יאָר 2003 האָט די צײַטונג “ניו־יאָרק טײַמס” דערציילט וועגן אַ פֿיש, וואָס האָט פּלוצעם אָנגעהויבן רעדן משיחישע רייד אויף לשון־תּרגום אין ניו־סקווער, ווי דער חסידישער בעל־הבית פֿון דער קראָם האָט איבערגעגעבן. “די מעשׂה איז אַ הונדערט־פּראָצענטיקע!” — האָט באַשטעטיקט זײַן מעקסיקאַנער אַרבעטער. ער האָט זיך געשוווירן, אַז אַ טאָג אָדער אַפֿילו צוויי טעג פֿאַר דעם האָט ער גאָרנישט געטרונקען און נישט גערייכערט.

פֿאַטימאַ און ליילאַ, נאָכן פֿאַרענדיקן זייער לערע אין מאָסקווע, וווינען שוין אַ היפּשע צײַט אין ניו־יאָרק, וווּ זיי אַרבעטן ווי מלוכישע סאָציאַלע אַרבעטאָרינס. איצט דאַרפֿן זיי שוין נישט אויסבאַהאַלטן, אַז זיי זײַנען איין משפּחה, כאָטש קיין קינדער האָבן זיי נאָך דערוווײַל נישט. איבערגעלייענט דעם אַרטיקל אין “ניו־יאָרק טײַמס” וועגן דעם רעדנדיקן פֿיש, האָבן זיי באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז געווען זייער אַלטע מאָסקווער באַראַבאַשקע. ס׳זעט אויס, אַז אַ טייל פּאָלטערגײַסטער האָבן אויך אימיגרירט קיין אַמעריקע.

נאָך אַלעמען

אינעם ניו־יאָרקער אַעראָפּאָרט האָט פֿײַוויש, אויסגעמוטשעט פֿונעם לאַנגן וועג, נישט געקאָנט זיך דערמאָנען, וואָס ס׳האָט מיט אים פּאַסירט אויף דער אמתן, און וואָס האָט ער געזען אין חלום. דעם חסרון־כּיס, ווען ער האָט געגעבן ביד־רחבֿה 300 דאָלאַר אַ צופֿעליקער רוסאַלקע בײַם טײַך זאָלאָטוכע אין וואָלאָגדע, האָט ער זיכער נישט פֿאַרגעסן. זי האָט אַפֿילו געקענט אַ ביסל ענגליש. אין דער פֿרי האָט זי אים געשענקט דאָס מיסטעריעזע רוסישע בוך “מאָסקוואַ־פּעטושקי”**…

*סאַלצע (רוס.) — חזיר־שמאַלץ
**”מאָסקוואַ־פּעטושקי” — אַ פּאָפּולער פּאָסטמאָדערניסטיש ווערק פֿונעם רוסישן שרײַבער ווענעדיקט יעראָפּעיעוו (1938־1990)

יואל מאַטוועיעוו איז אַ ייִדישער פּאָעט און שרײַבער. כּמעט 14 יאָר האָט ער געאַרבעט אין דער צײַטונג “פֿאָרווערטס”, ווי אַ שטענדיקער קאָלומניסט. זײַנע לידער, אַרטיקלען און דערציילונגען זײַנען אויך דערשינען אין אַ ריי ייִדישע אויסגאַבעס, אַרײַנגערעכנט “די צוקונפֿט”, “דער באַוועבטער ייִד”, “יוגנטרוף” און “גילגולים”. מאַטוועיעווס לידער זענען אַרײַן אין צוויי אַנטאָלאָגיעס פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע. זײַנע ווערק, בתוכם אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון קבלה, זענען דערשינען אין אַ צאָל ענגלישע און רוסישע אויסגאַבעס. איצט וווינט ער אין זײַן היימשטאָט פּעטערבורג.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s