פֿון אונדזער עזבֿון: יוסף ראַבין (1900־1983)

rabins bookדער פּראָזאַיִקער יוסף ראַבין איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע. פֿון דער פֿריִער יוגנט איז ער צוגעשטאַנען צו דער רעוואָלוציע־באַוועגונג אין ליטע. דעביוטירט אין ליטעראַטור האָט ראַבין אין 1920 מיט לידער און דערציילונגען. אין 1923 איז ער צווישן די גרינדער פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „יונגוואַלד‟. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם ייִדישן אָפּטייל בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אויף לענינס נאָמען און דערנאָך די אַספּיראַנטור פֿאָרט ראַבין קיין ביראָבידזשאַן, צו בויען דאָרט אַ נײַ ייִדיש לעבן. נאָר אין יאָר 1937 ווערט ער רעפּרעסירט און פֿאַרשיקט אויף עטלעכע יאָר אין אַ סיבירער לאַגער. די איבערלעבונגען פֿון יענע יאָרן האָבן געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַר זײַן לעצטן ראָמאַן „אין יענע יאָרן‟, וואָס איז דערשינען אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ שוין נאָך זײַן טויט. אין 1942 ווערט ראַבין באַפֿרײַט און גייט פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט.

זײַן ערשטער ראָמאַן „שוועסטערקינדער‟ איז אַרויס אין 1930 און איז גלײַך געווען פּאָזיטיוו אָפּגעשאַצט מצד דער קריטיק און לייענערשאַפֿט. זינט דעמאָלט דערשײַנען זײַנע פּראָזע־ווערק יאָר נאָך יאָר; צווישן זיי די ראָמאַנען „בוזי דובין‟ און דער „וועג איז אָפֿן‟. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה באַווײַזן זיך זײַנע ראָמאַנען „בײַם ניעמאַן‟, „אין פֿאַרשיידענע יאָרן‟, „חוהלע גפֿן‟, „איך זע דיך, ווילנע‟, מײַן טײַערער צעדרייטער‟, „לאה און איר מאַמע‟, „העשל דער סטאָליער און זײַן אייניקל‟, „ראָזע קדיש און איר זון‟, ווי אויך דערציילונגען און זכרונות.

פֿאַר ראַבינס שאַפֿונג איז געווען כאַראַקטעריסטיש קעמפֿערישע לײַדנשאַפֿט, ברייטע שילדערונגען פֿון סאָציאַל־היסטאָרישע געשעענישן, פֿאַרטיפֿטע פֿילאָסאָפֿישע באַטראַכטונגען.

לייענט די דערציילונג פֿון יוסף ראַבין „גראָדנע‟ (פֿונעם בוך „די שטאָט פֿון מײַן יוגנט‟, פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1985)

גראָדנע

גראָדנע איז מײַן קינדהייט. ווילנע — מײַן יוגנט, קיין מאָסקווע בין איך געפֿאָרן ווערן אַ מענטש…

sh-al
שלום־עליכם אויף זײַן לעצטן באַזוך אין גראָדנע, 1914

אין 1914 האָב איך אין גראָדנע געזען שלום־עליכמען.
ס‘איז געווען אָנהייב זומער. איך האָב דעמאָלט זיך געלערנט אין דער „יעוורייסקאָיע קאַזיאָנאָיע אוטשילישטשע‟ [לערן־אַנשטאַלט פֿאַר ייִדישע דערוואַקסלינגען — רעד.]. צופֿעליק בין איך אַרײַן אין הויף פֿון דער שול און דערהערט, ווי דער שמשׂ פֿון דער ייִדישער לײַ־און־שפּאָר־קאַסע, וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער זעלבער געבײַדע פֿון דער „אוטשילישטשע‟, זאָגט צו עמעצן:
— הײַנט קומט שלום־עליכם צו פֿאָרן. מע דאַרף גיין באַגעגענען.

איך בין גלײַך אַוועקגעפֿאָרן צום וואָקזאָל.
קיין אמתע פֿאָרשטעלונג וועגן שלום־עליכמען האָב איך נאָך דעמאָלט ניט געהאַט. איך האָב געהערט, אַז ער איז אַ שרײַבער, אַ גרויסער מענטש. זײַן נאָמען איז מיר אויסגעקומען צו הערן פֿונעם צײַטונגס־פֿאַרקויפֿער, וואָס פֿלעגט גיין איבער אונדזער גאַס און שרײַען: אַ „הײַנט‟, אַ „מאָמענט‟… „דער בלוטיקער שפּאַס‟ פֿון שלום־עליכם. אויף שבת פֿלעגט זײַן אַ צײַטונג בײַ אונדז אין שטוב.

ווען איך בין צוגעלאָפֿן צום וואָקזאַל, איז שוין דער צוג געווען אָנגעקומען. שלום־עליכם און זײַן פֿרוי זײַנען געשטאַנעם בײַם אַרויסגאַנג פֿונעם וואַגאָן. די פֿרוי איז געשטאַנען אויף די טרעפּלעך מיט אַ בוקעט בלומען אין די הענט. הינטער איר, מיט אַ פּלעד אויף די אַקסלען, איז געשטאַנען שלום־עליכם. איך בין געווען זיכער, אַז אויף דער סטאַנציע וועט זײַן אַ גרויסער עולם, געווען זײַנען אָבער עטלעכע געציילטע מענטשן.

אפֿשר דוכט זיך מיר עס איצט, און אפֿשר איז עס טאַקע אַזוי אין דער ווירקלעכקייט געווען: איך האָב געזען שלום־עליכמס קלוגע אויגן דורך זײַנע ברילן. זיי האָבן געשמייכלט עטוואָס אָפּלאַכעריש און, ווי מיר דוכט זיך איצט, האָט ער געשמייכלט פֿון דער צו שטילער און שוין צופֿיל באַשיידענער באַגעגעניש. דער פּריסטאַוו און אפֿשר ניט מער, ווי אַן אָקאָלאָטאָטשנער [ייִנגערער פּאָליציי־ראַנג — רעד.], וואָס איז געשטאַנען בײַם וואַגאָן, האָט אָפּגעגעבן „טשעסט‟ פֿאַר שלום־עליכמען און זײַן פֿרוי, ווען זיי זײַנען אַראָפּ פֿון די וואַגאָן־טרעפּלעך אויף דער פּלאַטפֿאָרמע.

אין שטאָט זײַנען געהאַנגען אַפֿישן וועגן שלום־עליכמס אָוונט. צום באַדויערן, האָב איך נאָך דעמאָלט ניט געהאַט קיין פֿאַרשטאַנד צו וועלן זײַן אויפֿן אָוונט און הערן דעם שרײַבער. געלייענט שלום־עליכמס ווערק האָב איך ערשט אין אַ יאָר אָדער צוויי אַרום, ווען איך בין שוין געווען אין ווילנע. כ‘מיין, ס‘קען זײַן צום אָרט צו זאָגן, אַז ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געלייענט שלום־עליכמען, בין איך געווען זיכער, אַז דאָס, וואָס ער שרײַבט, איז אויסגעטראַכט, אין לעבן איז אַזויס ניט פֿאַראַן.

איך האָב פֿאָרגעלייענט פֿאַר דער מאַמען און פֿאַרן ייִנגערן ברודער שלום־עליכמס אַ דערציילונג. איך געדענק ביז איצט. איך לייען: „רוף מיך קנאַק־ניסל‟. אַלע לאַכן. איך פֿאַרגיי זיך אין געלעכטער אַזוי, אַז איך קען דעם אָטעם ניט כאַפּן. און אָט דאָס „רוף מיך קנאַק־ניסל‟ איז פֿאַר מיר אויך אויסגעטראַכט. איך וויל עס דערקלערן אַזוי.

שלום־עליכם איז ניט נאָר אַ ייִדישער שרײַבער פֿון רוסלאַנד, נאָר פֿריִער פֿאַר אַלץ אַ ייִדישער שרײַבער פֿון אוקראַיִנע. זײַן קאָנקרעטקייט, דער נאַציאָנאַלער קאָלאָריט, דער קאָלאָריט פֿונעם לאַנד, זײַנע העלדן און זײַן הומאַר זײַנען פֿאַרבונדן מיט אוקראַיִנע, און מיר, אַ ליטוואַק, איז דעמאָלט, אַפּנים, שווער געווען אויפֿצוכאַפּן דאָס „אוקראַיִנישע‟ ווי אַ ווירקלעכקייט, ווי דאָס אומרויִקע לעבן. און בכלל האָב איך געוויס אין יענע אָנהייב יוגנט־יאָרן געהאַט אַ פֿאָרשטעלונג, אַז אַלץ, וואָס אין די ביכער איז באַשריבן — איז אויסגעטראַכט. די גאַנצע קונץ איז אין אויסטראַכטן.

* * *

николай ;гродно
דער קיסר ניקאָלײַ דער צווייטער, מיט זײַן פֿרוי און יורש אין גראָדנע, 1914

אין דעם זעלבן 1914, נאָר אין האַרבסט, האָב איך געזען ניקאָלײַ דעם צווייטן. הײַנט האָט מען פֿאַר אַ קיסר קיין דרך־ארץ ניט. אָבער אַמאָל… אַ קיסר! און נאָך וועלכער קיסר?..

יעדן שבת און יום־טובֿ פֿלעגט מען אין די שילן און בתּי־מדרשים זאָגן אַ ספּעציעלע תּפֿילה פֿאַרן קיסר. אַלע דאַוונער פֿלעגן מוזן אויפֿשטיין.
אמת, דעם דאָזיקן ניקאָלײַען זאָל געווען אָנקומען כאָטש אַ טויזנט חלק פֿון דעם, וואָס די פֿאָלקסמאַסן האָבן אים געוווּנטשן מיט קללות, וואָלט ער שוין צום 1917 ניט דערלעבט.

און דאָך… אַ קיסר! מענטשן זײַנען מיר מקנא געווען. האַרבסט 1914. די רוסישע אַרמיי איז אַרײַן אין מיזרח־פּרײַסן. דער פּאַטריִאָטיזם האָט זיך אַ הייב געטאָן אויף דער העכסטער כוואַליע. נאָך אַ חודש, נאָך צוויי און מיט דײַטשלאַנד איז קאַפּוט — האָט מען געשריבן און גערשיִען. בײַ אַזאַ געהויבענער שטימונג איז דער קיסר געקומען נאָענט צום פֿראָנט, באַדאַנקען זײַנע „סאָלדאַטיקלעך‟, הייבן זייער שטימונג. וואָרעם דאָרט, וווּ דער קיסר, דאָרט איז מזלדיק, ניט קיין אַנדערער, נאָר ער אַליין, דער קיסר, איז דער אָנפֿירער פֿון אַלע זיגן.

אויף באַגעגענען דעם קיסר בײַם וואָקזאַל האָט מען צונויפֿגעקליבן אַלע שילער פֿון די שולן. אויך די שילער פֿון דער „יעוורייסקאָיע קאַזיאָנאָיע אוטשילישטשע‟ האָט מען גערופֿן. אין די הענט האָט מען אונדז געגעבן קליינע דרײַפֿאַרביקע פֿענדלעך און אויסגעשטעלט אויפֿן פּלאַץ בײַם וואָקזאַל. מיר האָבן באַדאַרפֿט באַגעגענען דעם קיסר און זײַן משפּחה מיט אויפֿגעהויבענע פֿענדלעך און מיט אַ „הוראַ‟־אויסגעשריי. אונדזערע אויגן זײַנען געווענדעט צום אַרויסגאַנג פֿון וואָקזאַל. כּל־זמן פֿאַרשיידענע נאַטשאַלניקעס לויפֿן אַרום הין־און־צוריק, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז ס‘איז נאָך פֿרי. אָבער אָט איז שטיל געוואָרן. קיינער באַווײַזט זיך ניט. הייסט עס, דער קיסר איז געקומען. מיר, ייִנגלעך פֿון דער שול, קוקן מיט אַלע אויגן צום אַרויסגאַנג. מיר וועלן אים זען? וווּ וועט ער דורכגיין?

דער קסר, דער קיסר!
מיר הייבן אויף די פֿענדלעך און שרײַען „הוראַ!‟.

דער קיסר איז אין אַ שינעל, אין שטיוול, ער איז ניט קיין הויכער, אַ בלאַסער, מיט אַ בערדעלע. קיין קרוין טראָגט ער ניט, קיין שײַן אַרום זײַן קאָפּ לײַכט ניט, קיין שכינה רוט אויף אים ניט. מע זאָל ניט וויסן, אַז דאָס איז אַ קיסר — וואָלט מען זיך אַליין ניט אָנגעשטויסן.

און אָט איז די קיסרינע, אָט זײַנען די טעכטער, איינע פֿון זיי איז אָנגעטאָן אין רויטן. אַ הויכער געזונטער מאַטראָס טראָגט אויף די הענט דעם קיסרס יורש, דעם צעסאַרעוויטש אַלעקסיי. זיי זעצן זיך אַרײַן אין אויטאָמאָבילן און פֿאָרן איבער דער שטאָט. פֿאָרויס אין דער ערשטער מאַשין זיצט דער פּאָליצמײַסטער און שרײַט:
— דער קיסר פֿאָרט, דער קיסר פֿאָרט!

אַהיים בין איך געקומען מיט דער גרויסער נײַעס: געזען דעם קיסר, די קיסריני, די טעכטער דעם „נאַסלעדניק‟ [יורש — רוס.]

אַלע פֿרעגן:
— ווי זעען זיי אויס?
איך דערצייל.
— אָט אַ מזל — געזען דעם קיסר!

איינס אָבער האָב איך פֿאַרשוויגן, איך האָב פֿאַרשוויגן וועגן דעם, אַז ווען די קיסרינע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען און אַלע האָבן געשריִען „הוראַ!‟, האָבן מיר, עטלעכע ייִנגלעך, אויך אַרײַנגעשריִען „דוראַ, דוראַ!‟ [משוגענע — רוס.].

* * *

пилсудский
יאָזעף פּילסודסקי מיט זײַן שטאָב קומט אָן אין גראָדנע, 1921

דער נס פֿון סוכּות.
אויף אַזוי פֿיל געדענק איך נאָך פֿון אַמאָל, איך זאָל וויסן, אַז דער נס איז גאָר געשען אין חנוכּה. איך האָב אַפֿילו אַן עדות: אויף די חנוכּה־דריידלעך. דערציילן וועגן אַ נס, וואָס איז אַלעמען באַוווּסט, איז ניט קיין חכמה. דערציילן דאַרף מען נײַעס. די נײַעס איז — דער נס פֿון סוכּות.

דאָס איז מײַן לעצטע געזעגעניש מיט דער אַלטער גראָדנע.
נאָך אַ דורכפֿאַל אין ווילנע, ווען עס זײַנען פֿאָרגעקומען גרויסע אַרעסטן, בין איך געווען אין ביאַליסטאָק, דערנאָך געקומען קיין גראָדנע. און פּונקט דאַרף צו יענער צײַט קומען קיין גראָדנע יאָזעף פּילסודנסקי. געווען איז עס סוכּות, 1921. די שטאָט גרייט זיך, ראַמט זיך, פּוצט זיך. איבער די גאַסן שטעלט מען טריִומפֿאַלע טויערן. אויף די באַלקאָנען הענגט מען אויף טעפּיכער מיט פּילסודסקיס פּאָרטרעטן, אויסער דעם, גרייט זיך די פּאָליציי, אומעטום זוכט מען פֿאַרדעכטיקע, מע קאָנטראָלירט דאָקומענטן, מע גיט אויף אַלעמען אַכטונג.

איך האָב געוווינט בײַ איינער פֿון מײַנע מומעס. געזעסן בין איך אין דער היים, אין ערגעץ ניט געגאַנגען, פֿון שטוב ניט אַרויס. זאָל יאָזעף פּילסודסקי קומען און אַוועקפֿאָרן — וועט יוסף ראַבין קענען אַרויסגיין אין גאַס כאַפּן פֿרישע לופֿט.

סוכּות אין דער פֿרי. מע ליגט נאָך אין די בעטן. אַ קלאַפּערײַ אין דער טיר.
— ווער איז דאָרט?
— עפֿנט!
— ווער איז?
— פּאָליציי! עפֿנט.

קעגן פּאָליציי קענען קיין בריה ניט זײַן. עפֿנט מען. צוויי פּאָליציי־לײַט קומען אַרײַן.
— וויפֿל מענטשן זײַנען בײַ אײַך אין שטוב?
עמצער ציילט אויף די פֿינגער און ענטפֿערט.
— גוט. וויפֿל מענטשן — אַזוי פֿיל פּעסער גיט אונדז. מיר קאָנטראָלירן אין אַלע הײַזער. קיין פֿרעמדע זײַנען בײַ אײַך ניט פֿאַראַן?
— ניט פֿאַראַן.
— גיט אונדז די פּעסער.

דאָס קומט פֿאָר אינעם ערשטן צימער, איך זיץ אין אַ צווייטן צימער און הער זיך אײַן, וואָס עס קומט פֿאָר אינעם ערשטן. קיין פּאָס האָב איך ניט. איך האָב נאָך אַלץ דאָס פּאַפּירל, אַז איך האָב אָפּגעגעבן מײַנע דאָקומענטן אין ווילנער מאַגיסטראַט אויף באַקומען אַ פּאַס. דער טערמין איז שוין לאַנג דורכגעגאַנגען, און דאָס פּאַפּירל איז מער ניט גילטיק.

וואָס טו איך אין גראָדנע? פֿאַר וואָס בין איך ניט צוגעשריבן? קורץ, מע זאָל זיך נעמען גריבלען — וועט מען מיך פֿירן מיטן עטאַפּ קיין ווילנע און אַלץ וועט קלאָר ווערן. אויפֿן האַרצן איז ניט גוט. אַרעסטירט ווערן און די קרובֿים אָנטאָן צרות. און צוליב אַזאַ אומגעלומפּערטן צופֿאַל — קומען אין איין צײַט מיט פּילסודסקין.

דערווײַל קלײַבט מען שוין צונויף די פּעסער בײַ אַלעמען. איך זע ניט, נאָר איך הער, ווי די פּאָליציאַנטן אינטערעסירן זיך מיט יעדן פּאַס באַזונדער, וועמען געהערט ער, וואָס טוט ער? דערווײַל גייט אַלץ כּשורה. וועגן מיר קענען פֿאַרגעסן. און דאָס וואָלט געווען דער בעסטער אויסוועג. אָבער אָט דערהער איך, ווי מע פֿאָדערט נאָך אַ פּאַס.

— נאָך אַ פּאַס! גאָר פֿאַגעסן. — רופֿט זיך אָפּ אַ מיידלשע שטים. — יאָסלס פּאַס. אָט ברענג איך. — די טיר אין צימער עפֿנט זיך און עס קומט אַרײַן מײַן שוועסטערקינד. — יאָסל, גיב דײַן פּאַס.

אָנשטאָט געבן אַ פּאַס, פֿרעג איך:
— וווּהין גייט אַרויס דאָס פֿענצטער?
— געפֿונען אַ צײַט צו פֿרעגן. גיב דײַן פּאַס.
— די פֿענצטער זײַנען שוין בײַ אײַך פֿאַרקלאַפּט?
— געפֿונען אַ צײַט… גיב דײַן פּאַס.

אין צימער קומט נאָך עמעצער אַרײַן מיט אַ טענה, וואָס איך צי אַזוי לאַנג? די פּאָליציי־לײַט וואַרטן, מע וויל פֿון זיי, וואָס גיכער פּטור ווערן. אָט קומט שוין אויך אַרײַן מיט איר טומלדיקן טעמפּעראַמענט־אויסגעשריי די מומע איטע. די פּאָליציאַנטן בייזערן זיך, זיי קלײַבן זיך אַליין אַרײַנגיין אין צימער.

— גיב גיכער דעם פּאַס. — און באַלד גיט זי אַ זאָג מיט אַ געפֿאַלענער שטים, — ער האָט ניט? וואָס הייסט? אַך, גאָר אַזוי… ער מאַכט אונדז אומגליקלעך. און אַליין איז ער דאָך אַ פֿאַרפֿאַלענער…

מיר שטייען אַלע אין צימער און שווײַגן. מיר וואַרטן, וואָס ווײַטער וועט זײַן. אין פֿאָדער־צימער איז שטיל. מיר דערהערן, ווי די דרויסן־טיר עפֿנט זיך קוים־קוים און פֿאַרמאַכט זיך אויך קוים וואָס מע הערט.

— ווער איז געקומען?
— קיינער ניט, ווער וועט איצט קומען?

ווידער איז שטיל. די מומע איטע מיט איר טעמפּעראַמענט קען עס ניט אויסהאַלטן. זי עפֿנט די טיר פֿון צימער.
— זיי זײַנען שוין ניטאָ, זיי זײַנען אַוועק. אַ נס! אַן אמתער נס. — זאָגט די מומע מיט איר ענערגישן הויכן קול.

קיינער פֿאַרשטייט ניט, פֿאַר וואָס זײַנען די פּאָליציי־לײַט אַוועק. אָבער איינס איז פֿאַרשטענדלעך: אַ נס. די סיבה פֿון דעם נס איז ערשט קלאָר געוואָרן אין אַ שעה אַרום. מײַן ייִנגערער ברודער ברוך האָט געאַרבעט אויף שערעשעווסקיס טאַבאַק־פֿאַבריק ווי אַן עלעקטריקער אָדער ווי אַ מעכאַניקער. אויף יום־טובֿ פֿלעגט מען די אַרבעטער אַרויסגעבן פּאַפּיראָסן אָן געלט. אויף סוכּות איז דאָס זעלבע געשען, און מײַן ברודער האָט באַקומען צוויי פּעקלעך פּאַפּיראָסן, צו הונדערט שטיק אין אַ פּעקל.

נאָכן „נס‟ האָב איך זיך געפֿילט ניט אַזוי גוט און געבעטן דעריבער בײַם ברודער אַ פּאַפּיראָס, כאָטש איך האָב דעמאָלט זעלטן־ווען גערייכערט. דער ברודער גייט צו זײַן מאַנטל, וואָס הענגט אין פֿאָדער־צימער און וויל פֿון דאָרט אַרויסנעמען אַ פּאַפּיראָס. לאָזט זיך אויס — ניטאָ קיין פּאַפּיראָסן. וווּהין זײַנען אַהינגעקומען 200 שטיק פּאַפּיראָסן, צוויי פּעקלעך?

דער מאַנטל, ווי אַזוי ער איז געהאַנגען אויף דער וואַנט, אַזוי הענגט ער אויך איצט, מיט די אינווייניקסטע קעשענעס פֿון אויסן. אין די דאָזיקע קעשענעס זײַנען געלעגן די פּעקלעך פּאַפּיראָסן. ווער האָט זיי גענומען? פּשוט טשיקאַווע צו וויסן. ערשט איצט כאַפּט זיך עמעצער, אַז ער האָט געזען, ווי די פּאָליציאַנטן האָבן זיך געפּאָרעט בײַם מאַנטל. קיינעם האָט אָבער ניט געקאָנט אײַנפֿאַלן, אַז דווקא די היטער פֿון פּילסודסקיס אָרדענונג, האָבן אַרויסגעוויזן זייער אמתן באַרוף. זיי האָבן צוגעלקחנט די פּאַפּיראָסן און זײַנען שטילערהייט אַוועק.

אָט אין וואָס עס איז באַשטאַנען דער „נס‟ פֿון סוכּות. גלײַך נאָך יום־טובֿ בין איך פֿון גראָדנע אַוועקגעפֿאָרן. איך האָב זיך מיט מײַן געבורטסשטאָט געזעגנט. זײַ געזונט, גראָדנע.

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s