לאַפּסוס־קאַקטוס — 2

וועגן, פֿון, אויף

דאָס ניצן ריכטיק די פּרעפּאָזיציעס און פּרעפֿיקסן איז צווישן די אָנגעווייטיקסטע פּראָבלעמען. לאָמיר באַטראַכטן דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ:
עס וועלן דורכגעפֿירט ווערן קלאַסן וועגן פֿאַרשידענע טעמעס.
דער „וועגן‟ וואָלט געווען אויפֿן אָרט, ווען ס‘וואָלט נישט געמיינט „פֿאַרשידענע טעמעס‟, נאָר, למשל, „עס וועלן דורכגעפֿירט ווערן קלאַסן וועגן קינאָ‟, דאָס הייסט, — אַ קאָנקרעטע טעמע.

ווי מיר זעען, איז דאָס וואָרט „טעמע/ס‟ געקניפּט און געבונדן מיט דער פּרעפּאָזיציע „אויף‟. דעריבער דאַרף דער זאַץ אויסזען אַזוי:
עס וועלן דורכגעפֿירט ווערן קלאַסן אויף פֿאַרשידענע טעמעס.
אַן אַנדער זאַך איז צו רעדן וועגן שטעטל אויף פֿאַרשידענע טעמעס.
דאָס וואָרט „טעמע/ס‟ קען זײַן אויך פֿאַרבונד מיט דער פּרעפּאָזיציע „מיט‟. למשל: די לעקציע האָט קיין שום שײַכות נישט מיט דער טעמע „בעל־מלאָכות אין שטעטל‟.

פֿון דעסטוועגן, קאָן די פּרעפּאָזיציע „וועגן‟ ווערן אַ נאָענטער קרובֿ, כ‘וואָלט אַפֿילו געזאָגט, „אַ צווילינג‟ מיט דער פּרעפּאָזיציע „פֿון‟.
למשל: „איך, שלום־עליכם דער שרײַבער, וועל אײַך דערציילן די ריכטיקע ביאָגראַפֿיע פֿון שלום־עליכם דעם מענטשן‟[1]. אין דעם זאַץ וואָלט אָנשטאָט „פֿון‟ געקאָנט זײַן „וועגן‟ — און קיינער וואָלט דעם בײַט נישט באַמערקט, ווי עס טרעפֿט טאַקע אָפֿט מיט צווילינגען.

שלום־עליכם האָט אָנגערופֿן זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „פֿונעם יאַריד‟, נישט „וועגן יאַריד‟. אין דעם פֿאַל זײַנען „פֿון‟ און „וועגן‟ — אויס קרובֿים. ווער רעדט שוין פֿון זײַן אַ צווילינג?! „פֿון‟ — ווײַזט דאָ אָן די ריכטונג. עס בײַט זיך דער גאַנצער זין פֿון דעם זאָג. פֿאָרן „פֿון דעם יאַריד‟, מיינט „דעם סך־הכּל, דעם רעזולטאַט פֿונעם גרויסן יאַריד‟.
דורכפֿירן קלאַסן און דערציילן וועגן יאַריד, מיינט, שילדערן דעם יאַריד גופֿא.

אַז מיר רעדן שוין וועגן די פּרעפּאָזיציעס וועגן, פֿון, אויף און דערמאָנען שלום־עליכמס „פֿונעם יאַריד‟, איז כּדאַי צו ברענגען נאָך אַן אויסצוג פֿונעם בוך, וווּ דער שרײַבער דערקלערט טאַקע דעם אונטערשייד צווישן „פֿון‟ און „אויפֿן‟.

אַ מענטש, אַז ער פֿאָרט אויפֿן יאַריד, איז ער פֿול מיט האָפֿענונגען, ווייסט נאָך אַליין נישט, וואָס פֿאַר אַ מציאות ער וועט דאָרט אײַנהאַנדלען און וואָס וועט ער דאָרט מתקן זײַן… פֿאָרט ער אָבער צוריק, פֿונעם יאַריד, ווייסט ער שוין וואָס ער האָט דאָרטן געהאַנדלט און וואָס ער האָט דאָרט מתקן געווען און פֿליט שוין נישט אַזוי געשמײַדיק…‟:

און נאָך: די פּרעפּאָזיציע „פֿון‟ קאָן צו מאָל זייער נודזשען. לעצטנס האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַזאַ זאַץ:
ער איז געװען דער, װאָס האָט צוגענומען די סטיפּענדיע פֿון דער משפּחה פֿון אײנעם פֿון די געליטענע.
צי קען מען לעבעדיקער מאַכן דעם נודנעם זאַץ? לאָמיר אַ פּרוּוו טאָן:
ער איז געװען דער, װאָס האָט צוגענומען די סטיפּענדיע בײַ דער משפּחה פֿון אײנעם צווישן די געליטענע.
ווי איר זעט, איז פֿון די דרײַ „פֿונען‟ געבליבן נאָר איינער.
*
שלום־עליכם, „פֿונעם יאַריד‟, קאַפּיטל 1, „פֿאַר וואָס עפּעס „פֿונעם יאַריד‟? [1]

טאָרן און מעגן

די צוויי ווערבן ווערן אָפֿט געניצט נישט ריכטיק צוליב דעם כּלומרשט ענלעכן זין. אין דער אמתן מיינט,  קומען זיי אויס צווישן זיך, ווי אַ קאַץ מיט אַ הונט. אין תּוך, מיינט „טאָרן” — אַ פֿאַרווער, און „מעגן” — אַ דערלויבעניש. דעריבער ווערט טאָרן שטענדיק באַגלייט מיטן נעגאַטיוון „ניט, נישט‟ — נישט טאָרן!; להיפּוך צו „מעגן‟, וואָס גייט שטענידק געאָרעמט מיטן פּאָזיטיוון „יאָ‟ — מעגן יאָ!
למשל: מע טאָר נישט (פֿאַרווערט) באַליידיקן קליינע קינדער!
מע מעג יאָ (דערלויבט) ליגן אויף דער גרינער לאָנקע.
אָט ווי פּאָעטיש האָט עס אויסגעדריקט די דיכטערין רחל בוימוואָל:

„אויך קיין שאָטן טאָר אַ מענטש ניט שפּרייטן,
מעג ער לויכטן אויך אַ צווייטן.‟
(צו דעם ביימל אין ירושלים)

זייער זעלטן, ווי אַן אויסנאַם, טאַקע צו באַטאָנען דעם נעגאַטיוון זין פֿונעם זאַץ, ווי אַ פֿאַרווער, ווערט געפּאָרט דער ווערב „מעג‟ מיטן „ניט, נישט‟.
למשל: ניט מעג מער שלאָגן דאָס קינד!

פּראָסט און פּשוט: פֿאַרגעדענק עס ביז משיחס צײַטן — יאָ מעגן און נישט טאָרן!

שעמט זיך נישט צוצושיקן אײַערע פֿראַגעס און מאַכן קלאָר בײַ זיך מײַנע באַמערקונגען; און אויב איר זײַט נישט מסכּים מיט זיי, אָדער איר ווילט צו זיי עפּעס צוגעבן נאָך — ביטע, זײַט אין דעם אַ שותּף.

מיטן רעכטן פֿוס, לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s