אַ ייִדישער שייגעץ

Щербаков Борис Валентинович (Россия, 1916-1995) «Дачи Дюковой» 1960
אַ דאַטשע אונטער מאָסקווע, 1960עק יאָרן
פֿון יעווגעני קיסין

אין אָנדענק פֿון שׂרה פֿיביך, וועמענס רעקאָרדירונג פֿון ״דאָס פֿריילעכע שנײַדערל״ האָט מיך באַגײַסטערט בשעתן שרײַבן די דאָזיקע מעשׂה

1
— אויב ס׳וועט געבוירן ווערן אַ ייִנגל, אפֿשר וועט איר אים אָנרופֿן סאַשע צי סטאַסיק, אין זיידע סאַמויִלס אָנדענק? — האָט שטיל פֿאָרגעלייגט רעוועקע סאַמוילאָוונע.

דער איידעם האָט ניט דערווידערט. ער האָט זיך אויף אַן אמתן אַפֿילו ניט פֿאָרגעשטעלט,  אַז ס׳קאָן געבוירן ווערן ניט קיין ייִנגל. וואָס שייך דעם נאָמען, האָט עס אים אין תּוך ווייניק געאַרט. די טראָגעדיקע עלע, רעוועקע סאַמוילאָוונעס איינציקע און הייס באַליבטע טאָכטער, האָט בפֿירוש תּיכּף געענטפֿערט:

— אויב אָנצורופֿן אין זיידע סאַמויִלס אָנדענק, זאָל שוין בעסער זײַן סטאַסיק: סאַשע איז דאָך אַלכּסנדר, און עס קלינגט גאָר ניט ענלעך אויף סאַמויִל.

אזוי האָט זי רעאַגירט אויף דער מאַמעס וווּנטש, הגם דער נאָמען סאַשע איז איר מער געפֿעלן געווען. רעוועקע סאַמוילאָוונע איז געבליבן צופֿרידן, און ווען אין אָנדערהאַלבן חדשים אַרום האָט עלע צום ערשטן מאָל דערזען איר נײַ-געבוירענעם בכור, אַ פּעמפּיקל פֿון 53 סאַנטימעטער און דרײַ מיט אַ האַלב קילאָ, האָט עפּעס אין איר נשמה געפּסקנט: יאָ, סטאַסיק! פֿאַר וואָס אַזוי, וואָלט זי ניט געקאָנט דערקלערן, נאָר זי האָט דערפֿילט, אַז דווקא און נאָר אָט דער נאָמען איז פּונקט צוגעפּאַסט צו איר עופֿעלע.

אַזוי האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט אַ נײַער אָקסימאָראָן, איינער פֿון כּמה־וכּמה אָקסימאָראָנען אין לעבן בכלל און אינעם סאָוועטישן לעבן בפֿרט: ״סטאַניסלאַוו איזראַיִלאָוויטש עטלער״. צוריק גערעדט, נאָך אַ גרעסערער אָקסימאָראָן איז געשטאַנען אינעם פּאַספּאָרט פֿון סטאַסיקס זיידן, רעוועקע סאַמוילאָוונעס מאַן: ״אַבראַם איוואַנאָוויטש״. געשען איז עס מחמת דעם, וואָס אין זײַן היימשטעטל פֿלעגן די גויים רופֿן זײַן טאַטן (זײַן אמתער נאָמען איז געווען יונה) ״איוונאַ״, און ווען דער יונגער אַבֿרהם, שוין וווינענדיק אין מאָסקווע, האָט פֿאַרפֿילט די אַנקעטע צו באַקומען דעם פּאַס, האָט ער אינעם פּונקט ״פֿאָטערנאָמען״ אָנגעשריבן — ״איוונאָוויטש״. דעם טשינאָווניק האָט עס אויסגעזען מאָדנע, ער האָט אַרײַנגעשטעלט אין מיטן דעם וואָרט אַן ״אַ״, און בסך-הכּל איז דער ייִד אויף זײַן גאַנץ לעבן געבליבן ״אַבראַם איוואַנאָוויטש״. נו, און איצט נאַט אײַך — סטאַניסלאַוו איזראַיִלאָוויטש: ״גלגל החוזר״.

ווען מ׳האָט אויסגעשריבן פֿונעם קימפּעט-הויז אַלע אַנדערע פֿרויען, וועלכע האָבן געהאַט קינדער אין דער זעלבער צײַט, ווי עלע, און זי, צוליב עפּעס אַ סיבה, געלאָזט דאָרטן נאָך אויף איין נאַכט, האָט די יונגע מאַמע זיך שיִער ניט צעוויינט: “כ׳וויל אַהיים!” — ״נאַרעלע, וואָס וויינסטו?״ — האָט איר געזאָגט די ניאַניע, אַ פּשוטע, גוטהאַרציקע רוסישע פֿרוי, — “וועסט האָבן דאָ דײַן לעצטע רויִקע נאַכט! ווען ד׳וועסט זיך אומקערן אַהיים מיטן קינד, וועסטו פֿון קיין רויִקע נעכט מער ניט וויסן…”.

דער ניאַניעס נבֿיאות איז ניט אין גאַנצן מקוים געוואָרן. יעדע נאַכט פֿלעגט סטאַניסלאַוו איזראַיִלאָוויטש אויפֿוועקן עלען אין דער זעלבער צײַט, ווי לויטן זייגער, זיך צוסמאָטשקען צו איר ברוסט, און אַזוי שוין זויגן מיט אַן אַפּעטיט פֿון אַ גבֿר, ביז ער איז ווידער אײַנגעשלאָפֿן. שלאָפֿן פֿלעגט ער רויִק, אַזוי אַז אַלע אַרום אים האָבן אויך געקאָנט שלאָפֿן און זען זיסע חלומות. צו מאָל האָט עלען זיך געדאַכט, אַז דאָס קינד עסט צו פֿיל, און זי האָט זיך געחידושט, וויפֿל מילך עס גיבן אַרויס איר גאָר קליינע בריסט. איר זאָרג אָבער איז געווען אַן אומזיסטיקע: דאָס ייִנגל איז גיך געוואַקסן, געווען תּמיד פֿריילעך, האָט זעלטן ווען געוויינט — אַ קינד אַ שטיק גאָלד! אמת, צו מאָל, קוקנדיק אין זײַנע העל-בלויע אייגעלעך, אין וועלכע מ׳האָט שוין דעמאָלט געקאָנט דערשפּירן עפּעס אַ כיטרע פּינטעלע, פֿלעגט די באָבע רעוועקע זאָגן מיט אַ לײַכטן שמייכל: ״אַ שייגעץ וועט ער ווערן…״.

אויך דער זיידע אַבראַם האָט זײַן קליין אייניקל ליב געהאַט דאָס חיות. ער פֿלעגט קוקן אויף אים, ווי אַ פֿרומער ייִד קוקט אויף אַ ספֿר-תּורה, און זאָגן: ״כ׳בין גרייט צו געבן זיך אָפּהאַקן אַ האַנט, אַבי סטאַסיק זאָל זײַן געזונט!״. וואָס שייך סטאַסיקס טאַטע, איליאַ (אַזוי פֿלעגן אים אַלע רופֿן, הגם לויטן פּאַספּאָרט איז ער געווען איזראַיִל) — איז בכלל ניטאָ וואָס צו ריידן: ווי נאָר ער פֿלעגט קומען פֿון דער אַרבעט, איז ער באַלד געלאָפֿן צו זײַן זון. ערשט נאָך דעם, ווי סטאַסיק פֿלעגט אײַנשלאָפֿן, האָט איליאַ זיך געכאַפּט, אַז ער האָט נאָך קיין ברעקל אין מויל נישט געהאַט. שוין אָפּגערעדט פֿון עלען אַליין: דאָס קינד איז פֿון דער ערשטער מינוט געוואָרן דער זין און תּמצית פֿון איר לעבן…

שוין בײַ פֿיר חדשים האָט סטאַסיק אָנגעהויבן קריכן, כאַפּנדיק מיט זײַנע פֿינגערלעך-קלעמערלעך אַלץ אויף זײַן וועג, וואָס האָט זיך נאָר געלאָזט כאַפּן. געווען איז דאָס אויף דער דאַטשע, וווּ די משפּחה פֿלעגט פֿאַרברענגען די זומערס. באַזונדערס האָבן סטאַסיקן פֿאַראינטערעסירט די שוואַרצע טאַראַקאַנען, וואָס פֿלעגן משונה-גיך אַנטלויפֿן פֿון אים. ״ער וועט בײַ אונדז אַלע טאַראַקאַנען אויסראָטן!״ — פֿלעגט לאַכן די באָבע. סטאַסיקן האָט כּסדר געוואָלט זיך באַוועגן. זײַן גופֿעלע האָט פּשוט ניט  געקאָנט אײַנהאַלטן אין זיך זײַן גאַנצע ענערגיע, וואָס האָט זיך געריסן אין דרויסן אַרויס, און מ׳האָט מיט נײַגער און חשד געוואַרט, וווּהין וועלן זיך די אַלע זאַפּאַסן אויסגיסן, ווען ער וועט אָנהייבן גיין.

בעתן מאַכן זײַנע ערשטע טריט, פֿלעגט זיך סטאַסיק אַ מאָל (ניט תּמיד) אָנשפּאַרן אויף דער מאַמעס אונטערגעשטעלטער האַנט; נאָר ווען די מאַמע האָט געפּרוּווט צו נעמען זײַנע הענט אין אירע, כּדי אים אַרויסצוהעלפֿן, פֿלעגט סטאַסיק זיך שטענדיק אויסדרייען אויף פֿינף-און-פֿערציק גראָד און שפּאַנען אַליין. די זעלבע מעשׂה איז געשען, ווען ער איז געפֿאַלן צום ערשטן מאָל: די מאַמע האָט ניט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן (כאָטש זי האָט געוווּסט, אַז ס׳איז ניט נייטיק) און איז צוגעלאָפֿן צום זון, אָבער יענער האָט זיך אַליין אויפֿגעהויבן און זיך געגאַנגען זײַן וועג ווײַטער.

שפּאַנענדיק איבער דער דירה, פֿלעגט סטאַסיק פּרוּוון איבערצורוקן פֿאַרשיידענע זאַכן, בפֿרט האָט ער ליב געהאַט צו עפֿענען און פֿאַרמאַכן די טירן, אַרויסווײַזנדיק אַן אויסנעמלעכן כּוח פֿאַר זײַן עלטער; דערבײַ פֿלעגט ער יעדעס מאָל איבערחזרן: ״פּאַ־פּאַ טי-טי!״. אין דרויסן האָט ער קאַטעגאָריש ניט געלאָזט, מ׳זאָל אים אַרומפֿירן אין אַ קינדער-וועגעלע — סײַ אַרום דעם הויף און סײַ איבער דער גאַס; ער האָט תּמיד געוואָלט גיין מיט די אייגענע פֿיס.

נאָך דעם, ווי בײַ צען חדשים האָט סטאַסיק אַרויסגערעדט זײַנע ערשטע ווערטער, האָט ער אין גיכן אָנגעהויבן ריידן אַ סך און בדרך-כּלל קלאָר, הגם געווען זײַנען אין זײַן לשון מאָדנע אויסדרוקן, וואָס מ׳האָט ניט געקאָנט דערגיין זייער שׂכל. אַזוי האָט זיך עס געצויגן ביז די באָבע האָט בײַ אים, אָן שום הצלחה, געפּרוּווט פּועלן, ער זאָל כאָטש אויף אַ רגע אויפֿהערן אַרומצולויפֿן. אין יענעם שיינעם טאָג האָט זי אים דערלאַנגט אַן עפּעלע, דערנאָך פֿאָרגעלייגט צו דערציילן אַ מעשׂהלע אָדער צו זינגען אַ לידעלע… און יעדעס מאָל האָט סטאַסיק געזאָגט עפּעס אַ מאָדנע וואָרט: ״עיוף!״ — און פּלוצעם איז צו דער באָבען דערגאַנגען… זי האָט אויסגעגלאָצט די אויגן און געזאָגט צו זיך אַליין: ״דאָס חזרט ער איבער נאָכן זיידן: הער אוף!״ (דער זיידע פֿלעגט עס טאַקע אָפֿט זאָגן, ווען די באָבע פֿלעגט אים עפּעס אַרײַנזאָגן). נאָך דעם איז שוין געוואָרן אויך קלאָר סטאַסיקס ״פּאַ-פּאַ טי- טי!״ — ״פֿאַרמאַך די טיר״; דאָס פֿלעגט שוין די באָבע אָפֿט הייסן דעם זיידן. קיין ספֿקות איז ניט געבליבן: דאָס קינד האָט גערעדט ניט בלויז רוסיש, נאָר אויך ייִדיש…

2

רויִק אײַנזיצן האָט סטאַסיק ניט געקאָנט אַפֿילו אויפֿן טעפּעלע. אין אַ טאָג האָט ער דערזען אין הויף, ווי קינדער הוידלען זיך אויף דער הוידלקע; האָט ער אָנגעהויבן זיך בעטן אַהין. געווען איז ער דעמאָלט אַלט אַ יאָר און צוויי חדשים (הגם אויסגעזען האָט ער כּמעט ווי אַ צוויי־יאָריקער), און די באָבע האָט אים, אַוודאי, מורא געהאַט צו לאָזן זיך הוידלען אַליין. דעמאָלט האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אויף דער הוידלקע און געפּרוּווט נעמען סטאַסיקן צו זיך אויף די הענט. ״ניין! — האָט דאָס אייניקל געשריגן, — טאַסיק אַליין!״ אַן אמתע עוולה האָט זיך באַוויזן אויף זײַן פּנים און זיך געהערט אין זײַן קול. קיין ברירה איז ניט געווען: ״נו, גוט,״ — האָט די באָבע אים נאָכגעגעבן. זי האָט זיך אויפֿגעהויבן און אַוועקגעזעצט סטאַסיקן אויף דער הוידלקע, געוויזן אים, ווי אזוי זיך צו האַלטן, און גענומען אים וויגן. סטאַסיק האָט געקײַכט און עס אויסגעדריקט מיט אַ פֿריילעכן ״ע-ע-ע!״.

מיט אַ חדוש שפּעטער, בעת אַ שפּאַציר מיטן טאַטן, האָט סטאַסיק דערזען אַ קינדער-בערגל. געקוקט אויף דעם אַ ווײַלע, האָט ער אויסגעצויגן די האַנט און, ווי ער פֿלעגט עס אויך פֿריִער טאָן בײַם אַרויסווײַזן אן אינטערעס צו עפּעס, הויך געזאָגט: ״ע-ע-ע!״. ״וואָס, דו ווילסט אהין?״ — האָט דער טאַטע געפֿרעגט, — ״וואַרט אַ ביסל צו, ביז די אַנדערע קינדער גליטשן זיך. גיב בעסער אַ קוק, וואָס פֿאַר אַ שיינער אויטאָ שטייט דאָרטן!״ סטאַסיק האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן קליינעם פֿאַרשמוציקטן אויטאָ, ווידער אָנגעוויזן מיט זײַן האַנט אויפֿן בערגל און אַרויסגעלאָזט דעם זעלבן קלאַנג. ״גוט, לאָמיר גיין…״ — האָט דער טאַטע געזיפֿצט. צוגעגאַנגען צום בערגל, האָט ער זיך געוואָנדן צו די קינדער מיט אַ וואַרעם קול: ״חבֿרה, לאָזט דעם ייִנגעלע זיך אַראָפּגליטשן!״. סטאַסיק האָט פּאַמעלעך, נאָר עקשנותדיק געקלעטערט אַרויף. ווען ער האָט, סוף-כּל-סוף, דערגרייכט דעם שפּיץ־בערגל, האָט דער טאַטע אים אַוועקגעזעצט אויפֿן תּחתל און געזאָגט: ״נו, הײַדאַ!״. בשעתן אַראָפּגליטשן זיך, האָט סטאַסיק ממש געקוויטשעט פֿון התפּעלות.

בעת זײַן צווייטן זומער אויף דער דאַטשע, גלײַך אינעם ערשטן טאָג האָט סטאַסיק זיך געלאָזט צום סאַמע ווײַטסטן ווינקל פֿונעם גאָרטן און אָנגעכאַפּט מיט דער האַנט אַ צווײַגל קראָפּעווע. ער האָט עס געטאָן מיט דער זעלבער באַלעבאַטישקייט, מיט וועלכער ער פֿלעגט אין די ערשטע חדשים פֿון זײַן לעבן אָנכאַפּן מיטן פּיסקל דער מאַמעס ברוסט. סטאַסיק האָט אָנגעהויבן שרײַען פֿון ווייטיק, און זײַן מאַמע האָט אויך געשריִען, ווײַל זי האָט זיך איבערגעשראָקן. געכאַפּט דעם זון אויף די הענט, האָט זי אים צוגעטראָגן צום וואַשבעקן, נאָר סטאַסיק האָט גיך אויפֿגעהערט שרײַען, בלויז אַרויסגעשטעקט די אונטערשטע ליפּ. שפּעטער, ווען ס׳פֿלעגט זיך מיט אים עפּעס טרעפֿן, האָט זיך איבערגעחזרט די זעלבע מעשׂה: אינעם ערשטן מאָמענט פֿלעגט ער קוויטשען, נאָר גאָר גיך אויפֿהערן; און קיין מאָל האָט מען אין סטאַסיקס אויגן קיין טרער ניט געזען.

אינעם זעלבן זומער זײַנען די טאַטע-מאַמע געגאַנגען מיט סטאַסיקן אויף דער סאַזשלקע, וואָס האָט זיך געפֿונען צווישן דעם ייִשובֿ און דעם וואַלד. דער טאַטע, מיטן קינד אויף די הענט, האָט עס עטלעכע מאָל אײַנגעטונקען אין וואַסער ביזן האַלדז, און ס׳איז דעם קליינעם בפֿירוש געפֿעלן געוואָרן. איבערגעגעבן סטאַסיקן דער מאַמען, האָט דער טאַטע געזאָגט: ״לאָמיך אַ ביסעלע שווימען, און דערנאָך — דו.״. די מאַמע האָט אַוועקגעשטעלט סטאַסיקן אויף דער ערד, געקוקט אַ ווײַלע אויפֿן מאַן, און אין דעם מאָמענט האָט סטאַסיק פּלוצעם זיך אַ לאָז געטאָן צו דער סאַזשלקע. זי האָט ניט באַוויזן אַ פּינטל צו טאָן מיט קיין אויג, ווי ער איז שוין געווען אין וואַסער און האָט זיך געפּליוסקעט ווי אַ פֿישל.

אַ מאָל, בעת דער זיידע האָט זיך געפּאָרעט מיטן ריסקל אינעם גאָרטן, איז סטאַסיק צוגעגאַנגען צו אים און האָט אַוועקגעשטעלט זײַן פֿוס אויף דער לאָפּעטע בײַם שטיל. ״אָ, סטאַסיק!״ — האָט פֿריילעך זיך אָפּגערופֿן דער זיידע, — ״ווילסט אויך גראָבן? נו, לאָמיר עס טאָן אין איינעם!״. ער האָט געשטעלט זײַן פֿוס פֿון דער רעכטער זײַט ריסקל און סטאַסיקן געהייסן עס טאָן פֿון דער אַנדערער זײַט. סטאַסיק האָט עס געטאָן. ״דריק אָן!״ — האָט זיך דערהערט דעם זיידנס קאָמאַנדע, און זיי האָבן ביידע, יעדערער לויט זײַן כּוח, אָנגעקוועטשט אויף דער לאָפּעטע. אַזוי האָבן זיי שוין ״בשותּפֿות״ געגראָבן אַ פֿערטל שעה. די באָבע, אַרויסגייענדיק אויפֿן גאַנעק, האָט געפֿרעגט מיט חידוש: ״וואָס טוט זיך דאָ, אַבֿרהם?״. ״דו זעסט דען נישט? מיר גראָבן!״ — האָט דער זיידע געענטפֿערט מיט אַ שמייכל. די זון האָט געשײַנט, נאָר די פּנימער האָבן בײַ אַלעמען געשײַנט נאָך העלער: בײַ סטאַסיקן פֿון נחת, און בײַ די באָבע-זיידע — פֿון דער אָן-אַ-שיעורדיקער ליבע צו זייער אייניקל…

המשך קומט

יעווגעני קיסין  — וועלט־באַרימטער פּיאַניסט. דעביוטירט מיט ייִדישע לידער אין “פּאָרווערטס” אין 2014. זינט דעמאָלט געדרוקט זײַנע לידער און פּראָזע אין דער רובריק “פּענשאַפֿט”. אַרויסגעלאָזט דרײַ קאָמפּאַקטלעך, וווּ ער רעצעטירט די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס: “אויף די קלאַווישן פֿון ייִדישער פּאָעזיע (1, 2) און “מיין נישט, די וועלט איז אַ קרעטשמע”, צום 100סטן יאָרצײַט פֿון י.ל. פּרץ. 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s