מכּוח סאָוועטישע “חורבֿות” פֿון ייִדישער קולטור

redakcia_sov-gem
אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד”, מאָסקווע, 1961
פֿון גענאַדי עסטרײַך

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָב איך פֿון מאַרק קאַפּלאַנס אַרטיקל (זען http://yiddish.forward.com/articles/205373/three-cities-of-yiddish-st-petersburg-warsaw-and/) זיך דערוווּסט וועגן אַ טראַגיש־קלינגענדיקן פֿאַקט פֿון מײַן ביאָגראַפֿיע: אַז איך און מיכאל קרוטיקאָוו האָבן זיך באַקענט “צווישן די חורבֿות” פֿון סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. די רייד גייט דאָ, ווי איך פֿאַרשטיי, וועגן אונדזער ביידנס אַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד”. אמת, צו יענער צײַט זײַנען מיר שוין געווען גוט באַקאַנט מחוץ די “חורבֿות” — ווי מיטגלידער פֿון דער מאָסקווער גרופּע, וואָס האָט זיך גערופֿן “די ייִדישע היסטאָרישע און עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע”. אָבער מילא, פֿרײַנד קאַפּלאַן איז נישט קיין היסטאָריקער און קען זיך דערלויבן דעם לוקסוס צו געבן דער געשיכטע אַן אייגענעם שאַפֿערישן טײַטש.

מע מוז זאָגן, אַז אין די 1980ער יאָרן האָט אַ מענטש, וואָס איז געקומען אין באַריר מיט “סאָוועטיש היימלאַנד”, לחלוטין נישט געפֿילט, אַז ער צי זי געפֿינט זיך אין אַ חורבֿה. די רעדאַקציע האָט געהאַט אַ גרויסן לאָקאַל אין צענטער מאָסקווע (הײַנט איז דאָרטן אַן אָפּטייל פֿון אַ באַנק). אַדמיניסטראַטיוו איז זי געווען פֿאַרבונדן מיטן “סאָוועטסקי פּיסאַטעל” (“סאָוועטישער שרײַבער”), דעם מעכטיקן פֿאַרלאַג פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין. דער זעלבער פֿאַרלאַג האָט געדרוקט ביכער אויף ייִדיש און איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, און געצאָלט גוט אי די מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל, אי די מחברים. ס’איז וויכטיק אויך צו באַטאָנען, אַז די צאָל טעטיקע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע שרײַבער איז געווען גאָר נישט קליין, בלי־ספֿק גרעסער איידער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די זעלבע יאָרן.

דאָס איז אַ באַזונדערע טעמע: די סטרוקטור פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. די סטרוקטור פֿאַר די לעצטע סאָוועטישע דרײַ יאָרצענדליק איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1959—1961, ווען אין די הויכע פֿענצטער האָט מען זיך סוף־כּל־סוף אָפּגעזאָגט פֿון דער סטראַטעגיע, לויט וועלכער מע האָט אין גאַנצן נישט דערלויבן צו דרוקן קיין פּובליקאַציעס אויף ייִדיש. פֿאַרמאַכט האָט מען די רעשטלעך אויסגאַבעס סוף 1940ער יאָרן, בעת די טרויעריק באַקאַנטע גזירות קעגן די ייִדישע אינסטיטוציעס און מענטשן, וועלכע זײַנען געווען מיט די דאָזיקע אינסטיטוציעס אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן. מע האָט געלאָזט אַרויסגיין נאָר די נעבעכדיקע צײַטונג “ביראָבידזשאַנער שטערן”, וועלכע מע האָט, מחוץ ביראָבידזשאַן, כּמעט נישט געזען.

ס’איז שוין נישט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן, ווי אָנהייב 1959 איז אין מאָסקווע אַרויס אַ זאַמלונג פֿון שלום־עליכמס דערציילונגען, און ווי דאָס דאָזיקע בוך האָט דורכגעבראָכן די וואַנט: עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע תּקופֿה פֿאַרן ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט — תּחילת ביכער, און שפּעטער, פֿון 1961, דער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד”. דאָס איז שוין גאַנץ גוט איבערגעקײַט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס. אָבער ווייניק איז דערווײַל אָנגעשריבן וועגן דער ראָלע, וועלכע עס האָט אין אָט דער געשיכטע אָפּגעשפּילט אַנאַסטאָס מיקאָיאַן, אַ מענטש מיט זייער אַ קנאַפּן שײַכות צו ייִדן (ער איז געווען אַן אַרמענער), ייִדיש און דער ייִדישער קולטור.

אַנאַסטאַס מיקאָיאַן (1895—1978) פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער סאָוועטישער געשיכטע — ווי אַ מענטש, וועלכן עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו דינען אויף הויכע מלוכישע שטעלעס אין די יאָרן, ווען בראָש דער מדינה זײַנען געשטאַנען לענין, סטאַלין, כרושטשאָוו און ברעזשנעוו. אַ שטיקל מזל האָט אים, בלי־ספֿק, צוגעהאָלפֿן זיך אײַנצוהאַלטן אויף דער אייבערפֿלאַך און בלײַבן לעבן בעת די סטאַליניסטישע “רייניקונגען”; אָבער דערצו — צי אַפֿילו דער עיקר — איז ער געווען אַ פֿעיִקער טוער, אויף וועלכן מע האָט זיך געקענט פֿאַרלאָזן, און האָט געהאַט אַ גוטן פּאָליטישן און מענטשלעכן חוש.

Микоян Timeאין יאַנואַר 1959 האָט ער, דעמאָלט דער ערשטער פֿאַרטרעטער פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער, זיך באַוויזן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. געווען איז עס כּלומרשט נישט קיין אָפֿיציעלער וויזיט, כאָטש ער האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿירנדיקע אַמעריקאַנער מלוכה־לײַט, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעזידענט אײַזענהאַווער. דער ציל פֿון זײַן שליחות איז געווען צו ווײַזן, אַז מיט מאָסקווע קען מען נישט בלויז רעדן, נאָר אויך זיך צונויפֿרעדן. פֿאַקטיש, האָט עס געלייגט אַ יסוד פֿאַר ניקיטאַ כרושטשאָווס אַמעריקאַנער נסיעה אין האַרבסט פֿון דעם זעלבן יאָר. קיין שום “ייִדישע ענינים” בשעתן צוגרייטן זײַן סדר־היום, האָט דער סאָוועטישער גאַסט נישט געהאַט.

אָבער עס האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז פּונקט אין יענער צײַט האָט זיך אין דער מערבֿדיקער פּרעסע פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט צוגעגרייט אַ פּלאַן פֿון אַרויסשיקן אַ גרויסע צאָל ייִדן קיין ביראָבידזשאַן. ס’איז נישט קיין סוד, אַז דער דאָזיקער קלאַנג האָט געשטאַמט פֿון ישׂראל, פֿון די אַגענטן, וועלכע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט צונויפֿקלײַבן און אַנאַליזירן אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מצבֿ פֿון די סאָוועטישע ייִדן. עס בלײַבט אָבער נישט קלאָר, צוליב וואָס האָט מען באַשלאָסן די דאָזיקע “אַנטפּלעקונג” צו פֿאַרשפּרייטן: איז עס געווען אַ שטיקל פּראָוואָקאַציע צי פּשוט אַ טעות?

איך שרײַב איצט אַ פֿאָרש־אַרבעט, אין וועלכער איך פּרוּוו זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דעם ענין. דער פֿולער ענטפֿער ליגט ערגעץ אין אַזעלכע ישׂראלדיקע און סאָוועטישע אַרכיוון, צו וועלכע איך האָב נישט קיין צוטריט. דערפֿאַר מוז איך זוכן אַנדערע אופֿנים, ווי אַזוי אויסצוקלאָרן דעם ענין.

אַזוי צי אַזוי, האָט די נײַעס אויפֿגערעגט די ייִדישע וועלט, בפֿרט אין אַמעריקע. קיין חידוש נישט, אַז פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס האָבן גענומען זיך רײַסן זיך טרעפֿן מיט מיקאָיאַנען, ער זאָל זיי זאָגן, צי עס גרייט זיך טאַקע אַזאַ גזירה. בינו־לבינו, האָט דער גאַסט געמוזט ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון דער פּרעסע, וועלכע האָט זיך אויך געוואָלט דערוויסן, וואָס די סאָוועטישע רעגירונג האָט אין זינען מכּוח די ייִדן. דער סוף איז געווען, אַז מיקאָיאַן האָט זיך געטראָפֿן מיט די פֿירער פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט. מע האָט געגעסן און גערעדט, און פֿון דעם איז אַרויס אַ בשׂורה, אַז די אַלע רייד אַרום “ביראָבידזשאַן” איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה — קיינער קלײַבט זיך נישט די ייִדן צו שיקן בגוואַלד אין דער ווײַט־מיזרחדיקער אויסרײַסעניש.

אַזוי האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט דער עפּיזאָד פֿון דעם כּלומרשט פֿאַרפּלאַנירטן גירוש. פֿון דעסטוועגן, האָט די דאָזיקע מעשׂה געהאַט אַ וויכטיקן המשך, דהײַנו: די מאָסקווער פּאָליטישע חכמים, וועלכע האָבן באַשטימט די סטראַטעגיע בנוגע די ייִדן, איז קלאָר געוואָרן, אַז מע מוז עפּעס טאָן, כּדי צו ווײַזן דער וועלט, אַז די ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה “לעקט האָניק” אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. בפֿרט נאָך, אַז וועגן דעם האָבן שוין לאַנג געטענהט די אויסלענדישע קאָמוניסטן.

sov-heym, shildדער סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין האָט אויך געהאַלטן אין איין דערמאָנען, אַז ער האָט נאָך בערך 70 מיטגלידער, וואָס קענען און ווילן שרײַבן אויף ייִדיש. פּונקט אין יענער צײַט האָט זיך אויך אונטערגערוקט שלום־עליכמס 100־יאָריקער יוביליי. אין די פֿעיִקע הענט פֿון די סאָוועטישע אידעאָלאָגן איז שלום־עליכם געוואָרן שיִער נישט קיין פּראָלעטאַרישער שרײַבער. דאָס אַלץ האָט אַ שטופּ געטאָן צום אַרויסלאָזן — און טאַקע דרינגענדיק — שלום־עליכמס זאַמלונג און שפּעטער אויפֿצושטעלן די “חורבֿות”, אין וועלכע עס האָבן זיך געטראָפֿן נישט בלויז מיכאל קרוטיקאָוו אין אַני־הקטן, נאָר אויך צענדליקער אַנדערע פּען־מענטשן, ייִדישע קולטור־טוער און סתּם ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון.

גענאַדי עסרײַך — היסטאָריקער, פּראָזאַיִקער און זשורנאַליסט. אין די יאָרן 1988־1991 געאַרבעט אינעם זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד” ווי פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר. אָנגעהויבן זיך דרוקן אין ייִדיש אין 1986. אין 1996 פֿאַרטיידיקט ער זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע (אָקספֿאָרד, ענגלאַנד). רעדאַגירט דעם ליטעראַרישן זשורנאַל “די פּען” (1994־1998, אָקספֿאָרד). אין די יאָרן 1999־2016 — ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון “פֿאָרווערטס”. זינט 2003 אַרבעט גענאַדי עסטרײַך ווי פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. מחבר פֿון אַ צאָל ביכער אויף ייִדיש און ענגליש.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s