פֿון יאַן טאָפּאָראָווסקי

ד״ר קאָנג־אי־לאָנג, אַ דיפּלאָמאַט און דער געוועזענער כינעזישער שליח אין וואַשינגטאָן, בשעת זײַן פּריוואַטער רײַזע מיט אַ געהיימער מיסיע קיין דרום־אַפֿריקע, האָט זיך דעם 28סטן יוני 1900 געטראָפֿן אין בוענאָס־אײַרעס מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער ציוניסטישער ליגע “ד״ר טעאָדראָר הערצל”. די סיבה זיך צו טרעפֿן מיט אים איז געווען דער אַרטיקל, אָפּגעדרוקט אין “La Nation” (יוני 25, 1900), אין וועלכן דער דיפּלאָמאַט דערמאָנט וועגן די ייִדן, וואָס וווינען אין כינע און האָבן גלײַכע בירגערלעכע רעכט. פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין אַרגענטינע, ס’רובֿ אָפּשטאַמיקע פֿון דעם צאַרישן רוסלאַנד און תּחום־המושבֿ, האָט עס אויסגעזען אויסטערליש. עס האָט באַשטעטיקט דעם פֿאַקט, אַז די כינעזער זײַנען טאָלעראַנט אויך צו אַנדערע רעליגיעס…
אין כינע זײַנען אין יענער צײַט פֿאָרגעקומען בלוטיקע געשעענישן: הויף־איבערקערענישן, דער מאָרד פֿון קריסטלעכע מיסיאָנערן, באָקסער־אויפֿשטאַנד… אין אייראָפּע האָט מען געהאַלטן, אַז די סיבה פֿון די שחיטות, ליגט נישט אינעם קאַמף פֿאַר דער מאַכט, און נישט צוליב דער שווערער עקאָנאָמישער סיטואַציע, נאָר אין דער אומטאָלעראַנץ פֿון די כינעזער צו פֿרעמדע רעליגיעס.
ד״ר קאָנג־אי־לאָנג האָט אין יעדן לאַנד, וואָס ער האָט באַזוכט, פּובליקירט אַן אַרטיקל, וווּ ער האָט דערקלערט די פּאָזיציע פֿון זײַן רעגירונג אויף די אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען. זעט אויס, אַז דער ציל פֿון זײַן שליחות איז טאַקע געווען צו דערקלערן דער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט, אַז די מיינונג וועגן דער רעליגיעזער אומטאָלעראַנץ מצד די כינעזער, איז נישט קיין ריכטיקע. אָבער דווקא די קאַרגע ווערטער וועגן די כינעזער ייִדן, האָבן צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די ציוניסטן, און דרײַ מיטגלידער פֿון דער ליגע “ד״ר טעאָדראָר הערצל”: ליאַכאָוויצקי, בערגמאַן און גאָלדענבערג האָבן זיך דערשלאָגן אַן אוידיענץ מיטן דיפּלאָמאַט.

אין שפּיץ פֿון דער גרופּע איז געשטאַנען יעקבֿ־שמעון ליאַכאָוויצקי (1874־1937), אַ שרײַבער און גרינדער פֿון “חובֿבֿי־ציון” אין אַרגענטינע. ליאַכאָוויצקי האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיט דער “ליגע”, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון אַרום 200 מיטגלידער. פֿאַר יענער צײַט איז עס געווען אַ ממשותדיקע פֿאַראייניקונג, וואָס איז אין גיכן אָנערקענט געוואָרן דורך דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע, ווי איר סעקציע אין אַרגענטינע. אין 1900 האָט די “ליגע” אָנגעהויבן אַרויסצולאָזן די צײַטונג “דער ציוניסט” (עס ערשטע אין ייִדיש און דערנאָך אין שפּאַניש), רעדאַגירט פֿון ליאַכאָוויצקין.
קיין אַרגענטינע איז יעקבֿ־שמעון ליאַכאָוויצקי אָנגעקומען אין יאָר 1891 פֿון רוסלאַנד (גראָדנער גובערניע) אין עלטער פֿון 17 יאָר.
ס’איז כּדאי צו באַטאָנען, אַז צו טרעפֿן זיך מיטן כינעזישן דיפּלאָמאַט, האָט די ציוניסטן אַרויסגעהאָלפֿן דער עקס־פּרעזידענט פֿון אַרגענטינע. די טרעפֿונג האָט זיך אָנגעהויבן דערפֿון, וואָס די ייִדישע דעלעגאַציע האָט באַדאַנקט דעם כינעזישן דיפּלאָמאַט פֿאַר דער גוטער באַציִונג צו די ייִדן אין זײַן לאַנד; אַז וועגן דעם האָבן די אַרגענטינער ייִדן זיך דערוווּסט ערשט נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן אַרטיקל. הגם אין דער דײַטשישער פּרעסע איז פֿריִער אָפּגעדרוקט געוואָרן די ידיעה, אַז אַ קאַטוילישער מיסיאָנער האָט געטראָפֿן אין כינע עטלעכע ייִדישע משפּחות, איז פֿון קאָנג־אי־לאָנגס אַרטיקל קלאָר געוואָרן, אַז אין כינע וווינען אַ סך מער ווי עטלעכע ייִדישע משפּחות.
דער דיפּלאָמאַט האָט בײַ דער טרעפֿונג געזאָגט, אַז ער אַליין איז באַקאַנט מיט אַ געוויסער צאָל ייִדן; נאָך מער: ער קען פּערזענלעך זייער אָנפֿירער. דערהערט די ווערטער, האָבן די ייִדן זיך איבערגעקוקט, ווײַל ס’האָט געזאָלט מיינען, אַז עס גייט די רייד וועגן דעם “ראָש־הקהל” נישט פֿון צענדליקער, נאָר פֿון הונדערטער ייִדן.
ווײַטער האָט דער שליח דערציילט, אַז די ייִדן זײַנען געקומען קיין כינע מיט אַ צוויי און אַ האַלב יאָרטויזנט פֿאַר דער קריסטלעכער רעכענונג. די כינעזער האָבן נישט דערזען אינעם ייִדישן גלויבן קיין סתּירות מיט זייער קאָנפֿוציע־לערע; דעמאָלט האָבן די “רעגירער פֿון לאַנד צוגעטיילט די נײַ־געקומענע אײַנוווינער די זעלבע רעכט, וואָס ס’האָבן געהאַט די אַלטגעזעסענע תּושבֿים; מ’האָט די ייִדן דערלויבט זיך באַזעצן אין דער געגנט גאָ נאַן, לעבן קײַ טאָנגטו, ווי אויך אין פֿינף אַנדערע פּראָווינצן בײַם טײַך יאַנג טסע”.

מעגלעך, אַז די געאָגראַפֿישע נעמען זײַנען אויסגעלייגט נישט פּינקטלעך, ווײַל דער שמועס האָט זיך געפֿירט אויף דרײַ שפּראַכן: דער דיפּלאָמאַט האָט גערעדט אויף כינעזיש, דער איבערזעצער — אויף שפּאַניש, און דער שרײַבער ליאַכאָוויצקי האָט עס דערנאָך באַשריבן אין דער צײַטונג אויף ייִדיש.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אינעם פּעקינער אוניווערסיטעט, וועלכן ס’האָט פֿאַרענדיקט קאָנג־אי־לאָנג, האָבן זיך צוזאַמען מיט אים געלערנט נישט ווייניק ייִדן; זײַן פּראָפֿעסאָר, טסיענג טסאַנג, איז אויך געווען אַ ייִד. “ייִדן אַרבעטן אין דער פּרעסע, דינען אין דער אַרמיי (עס זײַנען אַפֿילו דאָ גענעראַלן), און זיי זײַנען דאָ צווישן די הויך־געשטעלטע מלוכה־לײַט”.
די כינעזישע ייִדן, האָט געטענהט דער דיפּלאָמאַט, זײַנען געטרײַע בירגער; זיי טוען זיך אָן ווי כינעזער, טראָגן אַ צעפּל, זײַדענע אייבערשטע קליידער… צומאָל דאַווענען זיי אַפֿילו אויף כינעזיש, אָבער נאָר בײַ ספּעציעלע פֿאַלן. בדרך־כּלל, זאָגן זיי תּפֿילה אויף אַן אומפֿאַרשטענדלעכער שפּראַך. אינעם לאַנד זײַנען פֿאַראַן שילן פֿון איבער 600 יאָר אַלט, ווי למשל, אין דער פּראָווינץ גאַנקין.
די ציוניסטישע דעלעגאַציע איז געווען ממש שאָקירט. געקומען קיין אַרגענטינע פֿון רוסלאַנד, האָבן די ייִדן זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אין דער שכנישער מיט רוסלאַנד אימפּעריע לעבן ייִדן פֿרײַ פֿון דעם וויסטן תּחום־המושבֿ.
בשעת־מעשׂה האָט דער דיפּלאָמאַט אָנגערופֿן די שטעט, וווּ עס וווינען קאָמפּאַקט די כינעזישע ייִדן: אין אַמרוי — 80 טויזנט, אין נון־יאַן־ניען — 500 טויזנט. ער האָט נישט געקאָנט אָנרופֿן פּינקטלעך, וויפֿל ייִדן וווינען הײַנט אין זײַן לאַנד, אָבער צוגעזאָגט עס מיטצוטיילן שפּעטער. די ייִדישע דעלעגאַציע איז געווען גענוג איבערראַשט אָן די גענויע פּרטים אויך.
אין זײַן שמועס מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער “ליגע” האָט קאָנג־אי־לאָנג זיך געטיילט מיט זײַנע פּלענער; דהײַנו, אַז ער וויל אַרויסגעבן אַ וועכנטלעכע צײַטונג “פֿרײַע כינע” אויף עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער פּובליקאַציע איז צו צעשטערן די אויסטראַכטענישן און בילבולים אַרום דער רעליגיעזער אומטאָלעראַנץ פֿון די כינעזער. אַ באַזונדער אָרט וועלן פֿאַרנעמען די אַרטיקלען, געווידמעט די כינעזישע ייִדן, אָנגעשריבן פֿון די ייִדישע געלערנטע, בירגער פֿון כינע.

דער סענסאַציאָנעלער אינטערוויו מיטן דיפּלאָמאַט איז, ווי געזאָגט, דערשינען אין דער ייִדישער צײַטונג “דער ציוניסט” (בוענאָס־אײַרעס, יולי 3, 1900), דערנאָך אין דער וואָכן־צײַטונג “די וועלט” (ווין, אויגוסט 3, 1900) אונטערן קעפּל “ייִדן אין כינע”. שפּעטער האָט מען די סענסאַציע איבערגעדרוקט אין סאַנקט־פּעטערבונרג… אויפֿן סמך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע האָט רבֿ אַלבערט קאַץ, אַ גרויסער קענער פֿון ייִדישער געשיכטע, אָנגעשריבן זײַן וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט “Di juden in China”. אין קאַצס אויספֿאָרשונגען געפֿינען מיר אָנווײַזונגען פֿון רײַזנדער, מיסיאָנערן, הענדלערס, וועלכע באַשטעטיקן די ווערטער פֿון קאָנג־אי־לאָנג וועגן די ייִדן אין כינע…
שטעלט זיך די פֿראַגע: וווּ זשע זײַנען אַהינגעקומען די מיליאָנען ייִדן, וועגן וועלכע עס האָט אַזוי שיין דערציילט דער כינעזישער דיפּלאָמאַט קאָנג־אי־לאָנג?! לויט זײַנע ווערטער, האָט ער געהאַט אַ סך ייִדישע באַקאַנטע; דערמאָנט די שטעט און פּראָווינצן, וווּ די ייִדן וווינען, געהערט זייערע תּפֿילות אויף אַן אומבאַקאַנטער שפּראַך… לאָמיר דערלאָזן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין כינע האָט געגרייכט נישט 40־50 מיליאָן, נאָר 5 מיליאָן, פּונקט ווי די צאָל קריסטן אין יענער צײַט. הײַנט נאָך איבער 100 יאָר גרייכט די צאָל קריסטן אין כינע ביז אַן ערך 70 מיליאָן נפֿשות. לויט אַלע חשבונות וואָלט אויך די צאָל ייִדן געזאָלט שטײַגן!
אָבער מיט ייִדן איז, ווי שטענדיק, נישט אַלץ כּשורה. די סטאַטיסטישע ידיעות ווײַזן אָן, אַז בסוף 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין דער כינעזישער פֿאָלקס־רעפּובליק געוווינט 900 ייִדן; הײַנט זײַנען דאָרט רעגיסטרירט 800 ייִדן. קיין ישׂראל האָבן זיך רעפּאַטריִיִרט בסך־הכּל 10 מענטשן (עס גייט נישט די ריידט וועגן די ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון אייראָפּע קיין כינע סוף 19טן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט).
ס’וואָלט נאַיִוו געווען צו טראַכטן, אַז אַ באַפֿעלקערונג פֿון 40־50 מיליאָן מענטשן האָט זיך אַסימילירט אָדער צעשמאָלצן צווישן אַנדערע אײַנוווינער במשך פֿון 50־70 יאָר. עס גלייבט זיך עפּעס נישט! בפֿרט אַז די כינעזישע ייִדן האָבן עקזיסטירט דאָרט ווי ייִדן איבער צוויי טויזנט יאָר.
וואָס זשע זאָל עס זײַן? נאָך איין היסטאָרישע רעטעניש? אַוודאי, וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז די אַלע “סענסאַציעס”, געמאַכט פֿון דעם כינעזישן דיפּלאָמאַט קאָנג־אי־לאָנג, זײַנען נישט מער ווי באָבע־מעשׂיות. צוריק גערעדט, זײַנען דאָך דאָ עדות — רײַזנדער, געבליבענע שילן, פֿאָרשונגען פֿון געלערנטע, מצבֿות מיט אויפֿשריפֿטן… — שפּורן פֿון אַ קהילה־לעבן, סײַדן נישט אַזאַ גרויסע קהילה, ווי דער דיפּלאָמאַט האָט עס געשילדערט. וווּ זשע זײַנען זיי, די כינעזישע ייִדן? וווּהין זײַנען זיי אַוועקגעגאַנגען און וווּ וווינען זיי איצט? שוין זשע בלײַבט אונדז נאָר צו ווענדן זיך צו די הויכע הימלען און ווידער שרײַען: “וווּ זשע זײַנען די קינדער דײַנע, גאָטעניו?!”
פֿון דער ישׂראלדיקער עלעקטראָנישער אויסגאַבע “אַנחנו כּאַן”
יאַן טאָפּאָראָווסקי — זשורנאַליסט און פּאָעט. ווי אַ זשורנאַליסט, אָנגעהויבן אַרבעטן אין מאָלדאָווע, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט דעם מלוכישן אוניווערסיטעט (קעשענעוו). אַרויסגעלאָזט עטלעכע פּאָעטישע זאַמלונגען. זינט 1991 וווינט טאָפּאָראָווסקי אין ישׂראל. געאַרבעט אין די רוסיש־שפּראכיקע צײַטונגען “וורעמיאַ” (צײַט) און “וועסטי” (ידיעות).