“ניט־אױסגעזאָגטע תּפֿילה”: דיכטונג פֿון ישׂראל נעקראַסאָװ

 פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

nekrasov_sutz630

די צװײ מענטשלעכע פֿיגורן מיט איבערגעדרײטע קעפּ אױף דער הילע פֿון דער נײַער ביכער–סעריע “ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור” (רעדאַקטאָר װעלװל טשערנין, קינסטלער משה הימײן) דערמאָנען די באַרימטע אילוסטראַציעס פֿון מאַרק שאַגאַל צו דוד האָפֿשטײנס לידער־זאַמלונג “טרױער”. די דאָזיקע ענלעכקײט איז נישט קײן צופֿעליקע. אַזױ װי מיט אַ הונדערט יאָר צוריק אין קיִעװ און ניו־יאָרק, מאַכט מען הײַנט אַ דרײסטן פּרוּװ צו באַנײַען די ייִדישע ליטעראַטור אין הסכּם מיטן לױף פֿון צײַט.

אַװדא, איז דעמאָלט דער מצבֿ פֿון ייִדיש געװען גאָר אַן אַנדערער, מיט מיליאָנען ייִדיש־רעדער און הונדערטער פּובליקאַציעס איבער דער װעלט. אָבער דאָס מײנט נישט, אַז די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטן האָבן נישט וואָס צו זאָגן, כאָטש זײער לייענערשאַפֿט איז גאַנץ קלײן. דאָס ווילן צו שאַפֿן אױף ייִדיש — אַ שפּראַך, װאָס אַ סך מענטשן האַלטן זי פֿאַר אַ טױטע — און די יחיד־במינודיקײט פֿון אירע שאַפֿערישע פּערזענלעכקײטן, מאַכט זײערע ליטעראַרישע פּרוּװן צו האָבן װערט זיי צו לײענען; בפֿרט װען מע געפֿינט נאָך אין זײ עכטע ליטעראַרישע מעלות. דערפֿאַר פֿאַרדינט יעדער מחבר פֿון דער סעריע “ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור” אַן אײגענע קריטישע אָפּשאַצונג.

ישׂראל נעקראַסאָװ איז אַ פּעטערבורגער דיכטער, איבערזעצער און ייִדיש–לערער. געבױרן אין 1970, געהערט ער צו דעם נײַעם, פּאָסט-סאָװעטישן דור פֿון רוסישע ייִדישיסן. ייִדיש האָט ער אױסגעלערנט און פֿאַראײגנט, כּדי צו קענען אױסדריקן זײַנע אינטימסטע מחשבֿות און געפֿילן. זײַן פּאָעטישע שטים איז נישט איבעריק הויך, און זײַן סטיל איז נישט באַריידעװדיק. זײַנע לידער באַרירן זעלטן ייִדישע טעמעס דירעקט, אָבער זײַן דיכטערישער “איך” איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע, בפֿרט אין דער פּאָעזיע פֿון די אַמעריקאַנער “יונגע”. אין זײַנע שטרענגע ריטמישע און מעלאָדישע שורות שמעלצט ער צונױף די בין־השמשותדיקע לאַנדשאַפֿטן פֿון פּעטערבורג מיט אײגענע מעלאַנכאָלישע שטימונגען. נעקראַסאָװ איז אַ דיכטער פֿון שטילע שאַטירונגען און פֿליסיקע עמאָציעס.

nekrasov 3
אין דער רוסישער ליטעראַטור פֿאַרמאָגט פּעטערבורג אַן אײגענע מיטאָלאָגיע װי די שטאָט פֿון פֿאַרחלומטער שײנקטײט, װאָס איז אַנטשטאַנען װי אַ יש־מאין אױף די בלאָטיקע ברעגן פֿונעם באַלטישן ים. די פּעטערבורגער רוסישע פּאָעזיע פֿון דער “זילבערנער תּקופֿה” אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, האָט געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױף די “יונגע”, בפֿרט אױף מאַני לײב, ה. לײװיק און זישע לאַנדױ. און איצט האָט נעקראַסאָװ כּאילו “רעפּאַטריִיִרט” די דאָזיקע דיכטערישע שיטה צוריק קײן פּעטערבורג. דאָס איז אַ װאָגיקער, אָבער אױך אַן אײנזאַמער אױפֿטו, מחמת װער איז מסוגל אים הײַנט אָפּשאַצן? די הײַנטצײַטיקע רוסישע דיכטונג איז װײַט אַװעק פֿון יענער תּקופֿה, און די הײַנטיקע ייִדיש־לײענער אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ, בערלין אָדער פּאַריז זײַנען לרובֿ נישט אַזױ גוט באַהאַװנט אין דער רוסישער ליטעראַטור, כּדי זיך צו גריבלען אין די סטיליסטישע שאַטירונגען פֿון נעקראַסאָװס לידער.

די װײַסע יוני–נעכט איז אַ נאַטור־פֿענאָמען, װאָס איז שױן באַזונגען געװאָרן אין הונדערטער לידער װי אַ סימן–מובֿהק פֿון פּעטערבורג. נעקראַסאָװס ליד מיט אַזאַ טיטל איז אַ שותּף אין דער דאָזיקער טראַדיציע. אַ שורה נאָך אַ שורה שילדערט דער פּאָעט די אַלט־באַקאַנטע מעלאַנכאָלישע געשטאַלט, און גיט צו זײַנע אײגענע װאַריאַציעס: “די װײַסלעכע, קלעפּיקע מילך / װעט האַלטן אין רינען און רינען, / דער לעצטער טראַמװײַ איז פֿאַרבײַ, / די שטאָט איז פֿאַרגליװערט געװאָרן…” אָבער די דאָזיקע אימפּרעסיאָניסטיש־סימבאָליסטישע קײט פֿון אימאַזשן לאָזט זיך אױס צום סוף גאַנץ אומדערװאַרט, אױף אַ גאָר אַנדערער, “נידעריקער” נאָטע: “אַ מײדל שטעלט אָפּ אַן אױטאָ / אַ הונדערטער זיך צו פֿאַרדינען.” דער גאַנצער ראָמאַנטישער כּישוף װערט פּלוצעם צו נישט דורך אָט דער מײדל־געשטאַלט, װאָס פֿאַרקױפֿט זיך פֿאַר קלײן געלט (הונדערט רובל איז גאָרנישט אין רוסלאַנד הײַנט) אױף דער גאַס.

מען דאַרף זיך מודה זײַן, אַז װײַט נישט אַלע לידער האָבן אַזאַ מין שטאַרקן סוף, װאָס קלינגט װי דער לעצטער דינאַמישער אַקאָרד. צומאָל פֿעלט אין נעקראַסאָװס לידער דװקא אַזאַ מין ענערגישער סופֿיקער אימפּעט. די בעסטע לידער זײַנע שפּיגלען אָפּ די גרױע פּעטערבורגער טאָג–טעגלעכע װירקלעכקײט. דער דיכטער מאָלט זײַן שטאָט נישט װי אַ פֿאַרשטיינערטע היסטאָרישע מערקװירדיקײט, נאָר װי אַ לעבעדיקע בריאה מיט אַן אײגענעם כאַראַקטער. דער מהות פֿון דער שטאָט לאָזט זיך דערקענען סײַ אין איר פּרעכטיקער אַרכיטעקטור, סײַ אין אירע פּשוטע תּושבֿים. לעבעדיקע מענטשן קומען בײַ נעקראַסאָװן אַרױס מער װי האַלב–שאָטנדיקע סילועטן, אײדער פֿולבלוטיקע בשׂר־ודמס: “אַ שיכּורער שלאָפֿט אױף אַ הילצערנער באַנק”. צומאָל אָבער װערט אַזאַ פֿיגור באַלאָדן מיט אַ סימבאָלישן צייכן: “און דאָס פֿלאַכע מענטשל נעבעך / ציטערט בײַ דער טיר.”

נעקראַסאָװ איז זייער אָפּגעהיט מיט זײַנע װערטער, ער קלײַבט זײ אונטער זײער זאָרגעװדיק, און האָט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר סטיליסטישע גרענעצן, בפֿרט בײַם אַרײַנשטעלן רוסישע װערטער. ער איז אױך קאַרג אויף טראַדיציאָנעלע ייִדישע באַגריפֿן, װי ערבֿ־שבת, “תּשעה־באָבֿ האָט זיך פֿאַרענדיקט”, “ניט־אױסגעזאָגטע תּפֿילה”; זיי פֿאַרנעמען נישט בײַ אים קײן צענטראַל אָרט. זײ דינען װי זײַלן, װאָס האַלטן אונטער דעם בנין פֿונעם ליד, אָבער מע זעט זיי קױם אָן. ייִדישקײט װערט נאַטירלעך אײַנגעפֿלאָכטן אינעם טאָג־טעגלעכן שטײגער און אין דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט פֿון זײַנע לידער, אָבער זי שטעקט נישט אַרױס.

דער השפּעה־ענין פֿון דער רוסישער דיכטונג אױף דער ייִדישער פּאָעזיע איז אַ װיכטיקע טעמע, װאָס װאַרט נאָך אױף אַן אַרומנעמיקער פֿאָרשונג. ישׂראל נעקראַסאָװס שאַפֿונג גיט אונדז גאָר אַ נײַעם און פֿרישן צוגאַנג צו דער דאָזיקער טעמע. ער איז אַ געטרײַער שעפֿערישער יורש פֿון בײדע טראַדיציעס, װעלכע באַקומען נײַע גילגולים אין זײַן אײדעלער פּאָעזיע.

 

מיכאל קרוטיקאָוו — ליטעראַטור־פֿאָרשער. דעביוטירט אינעם זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד” אין 1986. אין די יאָרן 1989־1991 האָט ער געאַרבעט אין דער רעדאַקציע; זיך פֿאַרנומען מיטן צוגרייטן די יוגנטלעכע בײַלאַגע פֿונעם זשורנאַל “יונגוואַלד”. איינצײַטיק זיך געלערנט אין דער ייִדיש־גרופּע פֿון די העכסטע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף מ. גאָרקיס נאָמען. אין די יאָרן 1991־1995 געווען אַ סטודענט פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַריום (ני־ן־יאָרק), וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אין געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. פֿון 1996 ביז 2001 האָט קרוטיקאָוו געאַרבעט אינעם אינסטיטוט פֿון ייִדישער שפּראַך־פֿאָרשונג (אָקספֿאָרד). זינט 1999 דרוקט ער רעגולער זײַנע אַרטיקלען אין “פֿאָרווערטס”. זינט 2003 — פּראָפֿעסאָר אין מישיגען־אוניווערסיטעט. מחבר פֿון אַקאַדעמישע אַרבעטן אין ייִדיש, ענגליש און רוסיש.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s