קאָמפּאַקטל: „האָבן מיר אַ ניגונדל‟

CD-350-gaysinsky20180926_104923

אין ישׂראל איז לעצטנס דערשינען אַ נײַ מוזיקאַליש קאָמפּאַקטל פֿונעם זינגער מיכאיִל גײַסינסקי „האָבן מיר אַ ניגונדל‟. ער האָט עס געווידמעט דעם אָנדענק פֿון זײַן טאַטע און זײַן לערערין דער באַרימטער ייִדישער זינגערין נחמה ליפּשיץ.

דאָס קאָמפּאַקטל שליסט אײַן 17 לידער בדרך־כּלל גוט באַקאַנט די ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג, אין אַן אָריגינעלער אָראַנזשירונג און באַגלייט מיט אַן אינסטרומענטאַלן אַנסאַמבל. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל, זינגט גײַסינסקי אַ שפּאָגל־נײַ ליד אויף די ווערטער פֿון באָריס סאַנדלער „קינדער זײַנען מיר געווען‟. די מוזיק האָט דער זינגער געשאַפֿן אַליין.

דאָס קאָמפּאַקטל איז אַרויס מיט דער פֿינאַנץ־הילף פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟, תּל־אָבֿיבֿ.

איר קענט הערן דאָס ליד „קינדער זײַנען מיר געווען‟ פֿון דעם נײַע קאָמפּאַקטל „האָבן מיר אַ ניגונדל‟.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s