אין משך פֿון צוויי יאָר (2013־2014) איז אויף דעם ווידעאָ־קאַנאַל בײַם „פֿאָרווערטס‟ אַרויסגעגאַנגען די פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַם „שיין בייקער אין שיין־שאָו‟ — קורצע מאָנאָלאָגן אויף סאַטיריש־הומאָריסטישע טעמעס, אויפֿן סמך פֿון דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט. לויטן נאָמען איז שוין קלאָר, אַז ס׳איז אַ שאָו פֿון איין אַקטיאָר — שיין בייקער.
אינעם העלד פֿונעם מאָנאָלאָג „קאָכלעפֿל‟ איז נישט שווער צו דערקענען אַ טיפּישן ייִדישן פֿונקציאָנער. זײַן הויפּט־ציל אין לעבן איז צו זײַן אויבן אָן, אָנפֿירן, ווי נעבעכדיק זײַן „פּאָסטן‟ זאָל נישט זײַן. זײַן הויפּט־פּרינציפּ — נישט אָנצונעמען קיין באַשלוסן, ווײַל באַשלוסן פֿאָדערן אַחריות. וויכטיק איז דאָך נישט דער ענין אַליין, נאָר די אייגענע קאַריערע.