קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ (Yiddish Tshernovits)

בוקאָווינע — דאָס לאַנד פֿון בוק, אַ בוים פֿאַרשפּרייט אין די קאַרפּאַטן־בערג, מיט רעשיקע טײַכן און טײַכלעך. נישט איין דור ייִדישע וואַלד־סוחרים און פּליטנטרײַבערס האָבן בשותּפֿות מיט די אָרטיקע פּויערים־הוצולן געצויגן דאָרט די חיונה.

טשערנאָוויץ איז געווען געבענטשט מיט קלינגעוודיקע נעמען: „די גרויסשטאָט‟, „קליין־ווין‟, „ירושלים בײַ פּרוט‟, „ירושלים ד׳בוקובֿינה‟.

קורץ, אָבער בילדעריש רײַך ווערן אינעם פֿילם איבערגעגעבן די וויכטיקע היסטאָרישע מאָמענטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין שטאָט און געגנט: די ערשטע ייִדישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ, פּײַן פֿון טראַנסניסטריע, די ירידה פֿון ייִדיש־לעבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס ווערט דערציילט וועגן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי דער משלים־שרײַבער און פּעדאַגאָג אליעזר שטיינבאַרג, דער ייִדישער אַקטריסע סידי טאַל, דעם שרײַבער יוסף בורג, טעאַטער־טוער משה לאָיעוו, דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש. עס ווערן געוויזן זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס און אָריגינעלע ווידעאָ־מאַטעריאַלן.

דער פֿילם איז אַ דערציילונג וועגן דעם כּמעט פֿאַרשוווּנדענעם דאָרטיקן ייִדישן ייִשובֿ. ער וועקט אַ בענקשאַפֿט און רופֿט צוריק צו זוכן די שפּורן פֿון דער אויסגעחלומטער שטאָט — ירושלים בײַם פּרוט.

דעם DVD „קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ‟ קאָן מען באַשטעלן מיט אונטערקעפּלעך אויף ענגליש און רוסיש.

borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s