מרים האָפֿמאַן: איין טאָג פֿון אַ גאַנץ לעבן (Miriam Hoffman)

דער דראַמאַטורגין און שרײַבערין מרים הפֿמאַן איז באַשערט געווען צו ווערן געבוירן אין דער ווײַטער סיבירער שטאָט טאָבאָלסק, אַן אָרט אין רוסלאַנד, וואָס האָט נאָך אין די צאַרישע צײַטן געדינט ווי אַ פֿאַרשיקונג־פּונקט פֿאַר פֿאַרברעכנס קעגן דער מלוכה. ביז מרים האָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, צוזאַמען מיט אירע עלטערן, פּויליש־אָפּשטאַמיקע ייִדן, זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, האָט זי, נאָך אַ קינד, געמוזט דורכמאַכן אַלע וועגן פֿון אַ פּליט — דורך גאַנץ רוסלאַנד, פּוילן, „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד און לסוף, אָנגעקומען קיין אַמעריקע.

הײַנט, נאָך איר לאַנג־יאָריקער אַרבעט ווי אַ לערערין פֿון ייִדיש אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק, וווינט מרים אינעם שטעטל קאָראָל ספּרינג, פֿלאָרידע. זי האָט זיך נישט פֿאַרשפּאַרט אין די פֿיר ווענט פֿון עלטער און עלנטקייט, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט מיט אַ סך אײַנוווינער פֿון דעם גן־עדן־ווינקל פֿון זיקנה. זי איז שאַפֿעריש, נישט ווייניקער ווי פֿריִער: שרײַבט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ אירע שפּרודלדיקע אַרטיקלען, טעאַטער־ און קינאָ־אָפּרופֿן; זעצט איבער פֿון ענגליש פֿרעמדע פּיעסעס און שאַפֿט אירע אייגענע.

די מינדלעכע דערציילונג אין דעם דאָקומענטאַר איז פֿול מיט הומאָר און דראַמאַטישע עפּיזאָדן — אַ געבענטשטער געמיש פֿון מרים האָפֿמאַנס גאַנצער פֿרוכפּערדיקער שאַפֿונג.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s