„ייִדיש־גלאָרי‟, פֿאַרלוירענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, קאַנאַדע, 2018
בײַגעלייגט אַ בראָשור מיט אַן אַרײַנפֿירוואָרט פֿון אַננאַ שטערנשיס און פּסאָי קאָראָלענקאָ. טעקסטן פֿון אַלע לידער ווערן געדרוקט אויף ענגליש און רוסיש.
די לידער פֿונעם קאָמפּאַקטל זײַנען געשאַפֿן געוואָרן פֿון ייִדן: סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי, פּליטים, קרבנות און זיך געראַטעוועטע פֿון געטאָס אין אוקראַיִנע — מענער, פֿרויען און קינדער. יעדעס ליד איז אַ געשיכטע פֿון קעגנשטעלן זיך דעם שׂונא, לעבן און אומקום אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
פּרטים און באַשטעלן:
https://yiddishglory.bandcamp.com/album/the-lost-songs-of-world-war-ii