באָריס סאַנדלער: „העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟ (ביראָבידזשאַן, 2018).
אַ צוויי־שפּראַכיק (ייִדיש און רוסיש) ביכל פֿאַר קינדער. אין דעם ערשטן מעשׂהלע „פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟ ווערט דערציילט וועגן דעם נײַגעריקן קליינעם העלפֿאַנד עלי, וואָס האָט אין חלום געהערט ווי עס זינגט דאָס פֿייגעלע „אַלף‟. זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף, האָט עלי זיך געלאָזט גיין צו זײַן זיידע, דעם אַלטן העלפֿאַנד אליהו, וואָס ווייסט אַלץ און נאָך אַ ביסעלע, זיך צו דערוויסן, וווּ עס וווינט דאָס וווּנדער־שיין פֿייגעלע.
דאָס צווייטע מעשׂהלע „קלעפּטשיק־בעבטשיק‟ דערציילט וועגן די פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַסירונגען, וואָס טרעפֿן זיך מיטן גומי־מענטשעלע קלעפּטשיק־בעבטשיק. אַז ער קלעפּט זיך צו עמעצן צו, איז אים שוין שווער אָפּשטעלן: ער בעבטשעט און בעבטשעט אָן אַ סוף… דערפֿאַר טאַקע רופֿן אים אַלע — קלעפּטשיק־בעבטשיק.
נאָך פּרטים, ווי אַזוי צו באַשטעלן דעם בוך:
borissandler50@gmail.com