באָריס סאַנדלער,
„עקספּרעס — 36‟,
(ראָמאַן אין צוויי טיילן),
פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, מאָסקווע, 2017
אינעם ייִדישן אָריגינאַל איז דער ראָמאַן באַקאַנט אונטערן נאָמען „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟ („פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע, ניו־יאָרק 2011). איבערגעזעצט האָט דאָס ווערק אין רוסיש אַלכּסנדר פֿרענקעל פֿון סאַנקט־פּעטערבורג.
דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן, דובֿ־בער, אַ ייִדישער שרײַבער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון בעסאַראַביע, דערציילט וועגן זײַן נע־ונד איבער צוויי וועלטן — אויבערשטאָט און אונטערלאַנד. אויפֿן וועג צו דער אויבערשטאָט טרעפֿט ער זיך מיטן שוואַרצן נבֿיא יונה־דזשאָנאַ, וואָס אַנטפּלעקט אים זײַנע מיסטעריעזע וויזיעס. אַ דאַנק די קונצן פֿון יונה־דזשאָנאַ, טראָגט דובֿ־בער זיך ווידער אַריבער קיין בעלץ — די שטאָט פֿון זײַן קינדשאַפֿט, וווּ ער נעמט זיך אָן מיט גײַסטיקן כּוח ממשיך צו זײַן דעם לעבנס־וועג און זײַן שאַפֿונג.