אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז (Leyvik-hoyz)

 

דאָס „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ — דער פֿאַראיין פֿון די ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל — איז אין די 1970־1990ער יאָרן געווען באַקאַנט יעדן ייִדישן פּען־מענטש און קולטור־טוער. אין „בית־לייוויק‟ פֿלעגן די געסט פֿון איבער דער וועלט קומען צו געניסן אַ ייִדיש וואָרט. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן ס׳רובֿ על־פּי־נס לעבן־געבליבענע ייִדישע שרײַבערס זיך באַזעצט אין ישׂראל. פֿאַקטיש, איז דער אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל אויסגעפֿאַלן אויף די 1970ער יאָרן. ווען ס׳איז פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער בנין פֿון „לייוויק־הויז‟.

וועגן זייער פֿאַרבינדונג מיט „לייוויק־הויז‟ און זייער לעבן און שאַפֿן דערציילן באַקאַנטע ייִדישע פּען־מענטשן: מרדכי צאַנין, יצחק לודען, דוד שטאָקפֿיש, יענטע מאַש, שלמה וואָרזאָגער, יצחק בראַט, רבֿקה באַסמאַן בן חיים און אַנדערע. זיי פֿלעגן זיך צונויפֿקומען אין זייער ליטעראַרישער היים יעדן פֿרײַטיק.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s