חיים ביידער: פּאָעט, עסיייִסט, רעדאַקטאָר (Khaim Beyder)

אַזאַ פּען־מענטש ווי חיים ביידער (1920־2002), האָט געקאָנט געבוירן ווערן נאָר אין אַן אוקראַיִניש ייִדיש־שטעטל. ביידער איז געווען דאָס שפּיגעלע פֿון אַזאַ מין שטעטל. פֿון אַזעלכע ייִדישע שטעטלעך אין אוקראַיִנע זײַנען פֿריִער אַרויס אין דער גרויסער וועלט אַרײַן זײַנע פֿאָרגייער און לערער: דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, שמואל האַלקין און אַנדערע. אין זייער שאַפֿונג האָבן זיי צונויפֿגעגאָסן די קלאַנגען פֿון אוקראַיִניש און ייִדיש, די די אוקראַיִנישע מעלאָדיעס און ייִדישע ניגונים.

אין זײַן שאַפֿונג איז ביידער געווען גיריק און נײַגעריק אויספּרוּוון זײַנע שאַפֿערישע כּוחות אין אַלע געביטן: פּאָעזיע, פֿאָרשונג, זשורנאַליסטיק, רעדאַקטור. ווי אַ מענטש איז ער געווען אַ באַשיידענער און אַ פֿאַרלאָזלעכע „רעכטע האַנט‟, ווײַל ער האָט זיך קיין מאָל נישט געריסן אין די הויכע קאַריערע־פֿענצטער; אים איז געווען גענוג צו האָבן אַ שרײַבטיש אין אַ שטילן ווינקל. אַזוי איז געווען בשעתן וווינען אין אוקראַיִנע, אין ביראָבידזשאַן, אין מאָסקווע און לסוף — אין ברוקלין, ניו־יאָרק.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s