יחיאל שרײַבמאַן: ראַשקעוו און זײַנע תּושבֿים (Yekhil Shraybman)

יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005) איז איינער פֿון די גרעסטע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט אין צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע ליטעראַרישע מיניאַטורן, ווי אַ קערן, טראָגן אין זיך די פֿאָלקס־חכמה און ליבשאַפֿט צום מענטשן מיט אַלע זײַנע מעלות און חסרונות. אין זײַנע דערציילונגען און נאָוועלן באַטראַכט דער שרײַבער זײַן לעבן און דעם אַרום, אין וועלכן ער האָט עקזיסטירט איבער 90 יאָר.

אַ געבוירענער אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַדול־ראַשקאָוו, האָט שרײַבמאַן מיט זײַן שאַפֿערישער וויזיע אויפֿגעבויט אַן אייגן שטעטל — ראַשקעוו, און אַרײַנגעאָטעמט אין דעם אַ לעבעדיקע נשמה.

אינעם הײַנטיקן וואַדול־ראַשקאָוו איז קיין זכר פֿון קיין ייִד נישט געבליבן, נאָר טויזנטער ייִדישע מצבֿות; אָבער די ייִדישע נשמה פֿונעם פֿאַרשוווּנדענעם שטעטל לעבט ווײַטער אונטער די טאָוולען פֿון שרײַבמאַנס ביכער.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s