„ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟

Sandler_yiddish_book350web

באָריס סאַנדלער: „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟
(ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2004).

אינעם היסטאָריש־קרימינעלן ראָמאַן ווערט דערציילט וועגן די געהיימע מעשׂים פֿון דער צאַרישער רעגירונג אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן געבראַכט צו דעם, אַז דעם 6סטן אַפּריל 1903 האָט אויסגעבראָכן אַ בלוטיקער אַנטי־ייִדישער פּאָגראָם. די מאַכט האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע און דער צעווילדעוועטער אויפֿגערייצטער המון האָט זיך אַרויפֿגעוואַרפֿן אויף זייערע ייִדישע שכנים.

אינעם ראָמאַן ווערן אויף אַ דאָקומעטאַר־קינסטלערישן אופֿן געשילדערט די סיבות און אינטריגעס אַרום דעם טראַגישן געשעעניש; די העצערישע ראָלע פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּרעסע, אין שפּיץ מיט פּ. קרושעוואַן; דער מאָרד פֿון אַ קריסטלעך ייִנגעלע אינעם שטעלט דובאָסאַר, וואָס איז אונטערגעטראָגן געוואָרן דער געזעלשאַפֿט ווי אַ ריטועלער מאָרד מצד די אָרטיקע ייִדן.

אינעם ראָמאַן פֿלעכטן זיך איבער די געשעענישן פֿון אַמאָל און פֿון די אָנהייב 1990ער יאָרן, ווען די מאָלדאַווישע נאַציאָנאַליסטן — פֿון איין זײַט, און די אָנהענגער פֿונעם סאָוועטישן רעזשים — פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן געפּרוּווט ווידער אויסנוצן דעם ייִדישן עלעמענט, ווי אַ כּפּרה־הינדל, אין זייער אידעאָלאָגישער מלחמה.

נאָך פּרטים, ווי אַזוי צו באַשטעלן דעם בוך: borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s