מישע לעוו: אויף די וועגן פֿון גבֿורה (Misha Lev)

דער שרײַבער מישע לעוו (1917־2013) געהערט צו דעם דור ייִדישע שאַפֿער און טוער, וועלכע זײַנען אויסגעפּרוּווט געוואָרן נישט בלויז מיטן פֿײַער פֿון מלחמה, נאָר אויך מיטן שטאָלענעם שווערד פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. נישט יעדן איז באַשערט געווען צו בלײַבן גאַנץ נאָך דער אומברחמנותדיקער שחיטה — אי פֿיזיש, אי מאָראַליש. דורכגעמאַכט די בלוטיקע וועגן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אַ קעמפֿער און ייִדישער מענטש, האָט לעוו מיט זײַן מײַסטערישער פּען פֿאַראייביקט אין זײַנע פּראָזע־ווערק דעם אמת פֿון יענעם שרעקלעכן קיום.

די היימישע ייִדישע שפּראַך, קאַרג אויף מיליטערישע באַגריפֿן און טערמינען, האָט אין זײַנע ווערק צונויפֿגעפֿלאָכטן די קינסטלערישע וויזיע מיט דער דאָקומעטאַרער פּינקטלעכקייט, אַרײַנברענגענדיק אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אַ נײַעם סטיליסטישן נוסח פֿון דערציילן.

דווקא אויף דעם פֿאַרוויסטן פֿעלד פֿון מענטשלעכער געפֿאַלנקייט און אַכזיריות האָט לעוו געזוכט און געפֿונען שפּליטערס פֿון עכטער פֿרײַנדשאַפֿט, גבֿורה, קידוש־השם און בטחון. אויף דעם יסוד האָט ער געבויט זײַנע אייגענע לעבנס־פּרינציפּן און זיי אויך אַרײַנגעאָטעמט אין די געשטאַלטן פֿון זײַנע דערציילונגען, ראָמאַנען, עסייען.

אינעם ווידעאָ זײַנען אויסגענוצט געוואָרן אוניקאַלע פֿאָטאָ־ און ווידעאָ־מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרשידענע אַרכיוון.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

1 Comment

  1. די יידן זענען אין דער אונגערישער ארמיע געווען אן ביקסן, אן געווער. די מעשה איז נישט קיין וואר.

    Liked by 1 person

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s