אויף די צוויי קאָמפּאַקטלעך קאָן מען הערן די ערשטע 12 געשיכטעס פֿונעם באַקאַנטן בוך וועגן די ייִדישע אײַנוווינער אויף דער אַמאָליקער וואַרשעווער קראָכמאַלניע־גאַס. באַאַרבעט האָט זיי אין דער פֿאָרם פֿון מאָנאָלאָגן באָריס סאַנדלער און געלייענט — דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר דוד ראָגאָוו אין דער פּראָדראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟ בײַ WEVD.
באַשטעלן:
borissandler50@gmail.com