באָריס סאַנדלער, „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟ (קינד־און־קייט און ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, תשס״ז/2007) + מוזיק־קאָמפּאַקטל
פֿריילעכע צוויי־שורותלעך וועגן חיות און פֿייגל, פּרעכטיק אילוסטרירט פֿון דער ישׂראלדיקער מאָלערין איטעלאַ מאַסטבאַום. צום ביכל איז צוגעלייגט אַ קאָמפּאַקטל מיט חנעוודיקע זינגלידער, געשאַפֿן אויף אַלע טעקסטן פֿונעם ביכל. עס זינגט דער קאָמפּאָזיטאָר און זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש.
דאָס ביכל קאָן גענוצט ווערן סײַ ווי אַ לייען־מאַטעריאַל און סײַ ווי אַ לערן־מאַטעריאַל. צוליב דער פֿריילעכער מוזיקאַלישער באַגלייטונג פֿון די טעקסטן, פֿאַרגעדענקען זיי זיך גיכער און גרינגער.
דרײַ מוסטערן פֿונעם מוזיקאַלישן ביכל:
5. דער זשיראַף
12. דער קאָטער
13. דער האָן
צו באַשטעלן:
skeats@yiddishbookcenter.org