מיכאל בן־אַבֿרהם, פֿון דער היים ווײַנאַפּעל (1921־2007) איז איבער 30 יאָר געווען דאָס ייִדישע קול בײַם נאַציאָנאַלן ישׂראל־ראַדיאָ „קול־שׂראל‟. הונדערטער טויזנטער ייִדן איבער דער וועלט פֿלעגן זיך צוהערן צו זײַן ווייכער, אָבער איבערצײַגעוודיקער באַריטאָן־שטימע, וואָס האָט איבערגעגעבן די לעצטע ידיעות פֿון ישׂראל. פֿאַר אַ סך צוהערער, בפֿרט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿרבאַנד, איז עס געווען דער איינציקער מקור זיך צו דערוויסן וועגן דעם, וואָס עס קומט אין דער אמתן פֿאָר אין דער ייִדישער מדינה.
אַ מענטש מיט אַ ברייטן קולטורעלן פֿאַרנעם און פֿאַרשיידנאַרטיקע טאַלאַנטן, האָט מיכאל בן־אַבֿרהם פֿאַרשפּרייט דאָס ייִדישע וואָרט דורך זײַן טעאַטראַלער טעטקייט, ווי אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר; זײַנע כּסדרדיקע אויפֿטריטן סײַ בײַם ראַדיאָ־מיקראָפֿאָן און סײַ פֿון דער בינע ווי אַ רעציטאַטאָר פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק, געהערן צו די בעסטע מוסטערן אין דעם זעלטענעם קונסט־זשאַנער.
דער מאָנאָלאָג פֿון מיכאַל בן־אַבֿרהם איז אַן עכטע דראַמאַטישע דערציילונג פֿון אַ ייִדישן אינטעלעקטואַל וועגן זײַן צײַט און מיטצײַטלער.
ב. ס.
די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.
צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com