טייל 2, „ספֿר־צענטער‟, מאָסקווע, 2016
דאָס זאַמלבוך איז אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט, וווּ מע פֿאָרשט אויס דעם אָנדענק וועגן ייִדן, ווי אויך די סטערעאָטיפּן, פֿאַרבונדן מיט די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע, בײַ אַנדערע פֿעלקער. דער אינהאַלט פֿונעם בוך באַשטייט פֿון 5 טיילן: „ייִדישער פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע‟, „דערציילונגען וועגן ייִדן אין לאַטגאַליע‟, „היסטאָרישע נאָטיצן‟, „דער בית־עולם אינען שטעטל לודז‟, ווי אויך „אינפֿאָרמאַציע־מאַטעריאַלן‟.