(אוצרות פֿון ייִדישן מוזיק־אַרכיוו)
עלעאָנאָר ביעזונסקי — אַ זינגערין און אַ קלעזמער־פֿידלערין, איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדניקער היים אין פֿראַנקרײַך. זי איז אויפֿגעטראָטן אין אייראָפּע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוזאַמען מיט איר מוזיק־גרופּע, אַרײַנגערעכנט די „קלעזמאָגראַפֿערס‟ מיטן צימבלער פּעטע רושעפֿסקי און „שטעטל סטאָמפּערס‟, אין שפּיץ מיטן אַקאָרדעאָניסט אילאַן מאָס.
אין 2016 האָט עלעאָנאָר, אונטערן דאַך פֿון „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק‟, אַרויסגעלאָזט דאָס קאָמפּאַקטל „ירושה‟, וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיק פֿון פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָר־קאָלעקציעס, בתוכם פֿון רות רובינס אַרכיוו אין ייִוואָ.