דער פּאָעט יוסף קערלער (1918־2000) געהערט צו דעם דור ייִדישע שרײַבערס, וואָס זייער לעבן און שאַפֿן באַשטייט פֿון צוויי היפּוכדיקע פּעריאָדן — סאָוועטישער פּעריאָד און ישׂראלדיקער; אָבער איין אַקס — ייִדיש, ווי אַ שטײַפֿע חוט־השדרה האַלט און פֿאַראייניקט די ביידע תּקופֿות אין איין שאַפֿערישער גאַנצקייט.
די סאָוועטישע מאַכט, וואָס האָט בײַם אָנהייב קערלערן באַגײַסטערט און געגעבן אים די מעגלעכקייט צו ווערן אַ ייִדישער פּאָעט, האָט שפּעטער בײַ אים די פּען אַרויסגעריסן — טאַקע, ווײַל ער איז געווען אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט — און אים פֿאַרשיקט אויפֿן ווײַטן צפֿון, צו שמאַכטן אין „גולאַג‟. קערלערס פּאָעטיש וואָרט, פֿול מיט היימישער לירישקייט און פֿאָלקסטימלעכקייט, איז אָבער נישט געוואָרן דערשטיקט; אַדרבה, ס‘האָט אַ קלינג געטאָן קעמפֿעריש שאַרף און מיט אַ דיסידענטישן פּראָטעסט.
אין ישׂראל האָט יוסף קערלער געשאַפֿן זײַנע בעסטע ווערק, געגרינדעט און רעדאַקטירט ביז זײַנע לעצטע טעג די איינציקע ליטעראַרישע אויסגאַבע אין ירושלים אויף ייִדיש — „ירושלימער אַלמאַנאַך‟. אינעם פֿילם דערציילט וועגן זײַן טאַטן ד״ר דבֿ־בער קערלער, אַליין אַ באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט, וואָס פּובליקירט זײַנע לידער אונטערן פּסעוודאָנים באָריס קאַרלאָוו.
ב. ס.
די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.
צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com