„ספֿר־צענטער‟, מאָסקווע 2017
דאָס בוך האָט פֿאַראייניקט אין זיך ידיעות וועגן מינדלעכער געשיכטע, פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע, עפּיגראַפֿיק, אַרכיוו־מאַטעריאַלן וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם שטעטל גלובאָקאָיע, מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, געזאַמלט בעת דער שול־עקספּעדיציע בײַם צענטער „ספֿר‟ און צענטער פֿון סלאַוויש־יודאַיק־אינסטיטוט בײַ דער רוסלענדישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע (יולי 22־30, 2015); ווי אויך אין גאַנג פֿון אַרכיוואַלע אויספֿאָרשונגען. דאָס בוך איז געוואָרן אַ מין רעקאָנסטרוציע־דערפֿאַרונג פֿון „ייִדישער געשיכטע‟ אַרום די געוועזענע ווײַסרוסישע שטעטלעך. עס וויל זיך גלייבן, אַז דאָס בוך, געווידמעט דעם שטעטל גלובאָקאָיע, דער געשיכטע פֿון צווישן־עטנישע פֿאַרבינדונגען, וועלכע האָבן זיך פֿאַרהיט אינעם פֿאַלקס־זכּרון און אין די דענקמעלער פֿון מאַטעריעלער קולטור, —וועט פֿאַראינטערעסירן סײַ די ספּעציאַליסטן (היסטאָריקער, עטנאָגראַפֿן, פֿאָלקלאָריסטן) און סײַ אַ ברייטערע לייענערשאַפֿט, וואָס איז נישט גלײַכגילטיק צו דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק און זײַן קולטור־טראַדיציעס.