(„פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע, 2014)
דאָס סך־הכּל־בוך פֿונעם באַקאַנטן מלחמה־שרײַבער, מישע לעוו (1917־2013), כאַפּט אַרום די תּקופֿה פֿון זײַן קינדשאַפֿט און יוגנט, ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה. דווקא אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט די סאָוועטישע ליטעראַטור זיך צעבליט, און איר יונגער שרײַבערישער ווידערוווּקס האָט אָנגעהויבן אָננעמען כּוח. זיי האָבן אויפֿריכטיק געגלייבט אין אַ נײַ, שיין לעבן, און ס’רובֿ פֿון זיי האָט פֿאַר דעם בעסערן מאָרגן אָפּגעגעבן דאָס לעבן. מישע לעוו איז געווען זייער מיטצײַטלער און חבֿר. ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן האָט ער געהאַלטן אָנגעצונדן דעם נר־תּמיד נאָך יענע, וועמענס געשטאַלטן ער האָט אין זײַן לעצטן בוך באַלויכטן.
צו באַשטעלן דאָס בוך:
borissandler50@gmail.com