יחיאל שרײַבמאַן: „פּאָרטרעטן‟

shraybman_08-13_cover_final200web

(„פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע, 2015)
דאָס בוך „פּאָרטרעטן‟ פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005) איז דערשינען שוין נאָך זײַן טויט. אינעם אַרײַנפֿירוואָרט, אָנגעשריבן פֿון משה לעמסטער — איינער פֿון זײַנע ליטעראַרישע תּלמידים — זײַנען דאָ אַזעלכע שורות: „יחיאל שרײַבמאַן האָט געהאַט דרײַ געטער און ערלעך געדינט זײ דאָס גאַנצע לעבן: ייִדיש, די ייִדישע ליטעראַטור, דער ייִדישער שרײַבער…‟. אין דעם בוך זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן שילדערונגען פֿון צענדליקער ייִדישע שרײַבערס, אַקטיאָרן, געלערנטע און קולטור־טוער, וואָס מיט ס‘רובֿ פֿון זיי איז דער שרײַבער געווען באַקאַנט פּערזענלעך און געפֿירט אַ לאַנג־יאָריקן בריוון־אויסטויש.

אין איינעם פֿון זײַנע פֿילצאָליקע עסייען פֿרעגט שרײַבמאַן בײַ זיך אַליין: „וואָס איז דען אַ שרײַבער אויף דער וועלט?‟ און ווי זײַן שטייגער איז, גיט ער זיך אַליין אַן ענטפֿער: „דער שענסטער און לענגסטער, און שטאַרקסטער טרוימער!‟

צו באַשטעלן דאָס בוך „פאָרטרעטן‟:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s