אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש: „ווילנע, מײַן ווילנע‟ (Avrom Karpinovitsh)

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ווילנע געשמט ווי די קרוינשטאָט פֿון ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישן טעאַטער אין אייראָפּע. די וויכטיקע ייִדישע פּראַזע־שרײַבערס, פּאָעטן און טעאַטער־מענטשן, אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, באַשטעטיקן דעם מיין אין פֿולער מאָס.

אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש (1913־2004), וואָס איז אַרויס פֿון אַ טעאַטער־היים האָט דערזען זײַן שטאָט דורך אַ שפּאַרונע אינעם פֿאָרהאַנג. מעגלעך דערפֿאַר זײַנען ס‘רובֿ פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ווערק — ייִדן פֿון די ווילנער הינטערגעסלעך, וווּ ס‘האָט געקאָכט אַ פֿילבלוטיק ייִדיש לעבן — ווי אַרויסגעכאַפּט געוואָרן פֿונעם טעאַטער־זאַל און פֿאַראייביקט געוואָרן אויף די זײַטן פֿון קאַרפּינאָוויטשס ביכער.

זײַן ליטעראַרישער טאַלאַנט, אויפֿגעבליט דווקא נאָך אַלעמען, ווען דער גאַנצער ייִדישער הו־האַ פֿונעם ווילנער קיום, איז דערשטיקט געוואָרן אין די גריבער פֿון פּאָנאַר. דער שרײַבער האָט אָבער געזאָגט קדיש אויף זײַן אייגענעם אופֿן — אויף דעם היימישן ליטווישן ייִדיש, מיט אַ לײַכטן שמייכל, מיטן פֿאָלקס־הומאָר פֿון מאָטקע כאַבאַד און דעם טיפֿן חכמה־קנייטש פֿונעם ווילנער גאָון.

אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש האָט זיי אַלע אַרויסגעפֿירט און אויסגעשטעלט אויף דער אַוואַנסצענע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַז מיר, די פֿאַרבליבענע דורות, זאָלן זיך אין זיי שפּיגלען און זיי געדענקען.

ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s