יאָסל בירשטיין (Yosl Birshteyn)

יאָסל בירשטיין (1920־2003) איז געווען אפֿשר דער לעצטער שרײַבער, וואָס האָט זיך שאַפֿעריש אויסגעלעבט אין צוויי נאַציאָנאַלע שפּראַכן — ייִדיש און העברעיִש. ער האָט אויף זיי נישט בלויז געשאַפֿן שריפֿטלעך, נאָר מײַסטעריש באַהערשט די קונסט פֿון דערציילן זיי בעל־פּה. אייגנטלעך, האָט ער קיין מאָל נישט גערעדט סתּם אַזוי; זײַן גאַנץ רעדן איז געווען צו דערציילן עפּעס.

נעמט אומיסטן די זעלבע דערציילונג פֿון בירשטיין און פֿאַרגלײַכט דאָס אָנגעשריבענע מיטן געהערטן פֿון אים גופֿא, וועט איר באַלד זען דעם אונטערשייד. פֿון עטלעכע זײַטלעך בלײַבן צומאָל אַ צען־פֿופֿצן קורצע זאַצן; און סײַ דאָ און סײַ דאָרט פֿעלט אײַך קיין פּרט נישט. ס‘איז צוויי פֿאַרשיידענע זשאַנערס, מיט אייגענע כּללים און מיטלען, און יאָסל האָט זיך באַנוצט מיט זיי אויף אַ ווירטואָזן אופֿן.

ער האָט פֿון זײַן קונסט נישט געמאַכט קיין סוד. ער דערציילט אונדז אַליין, ווי אַזוי דאָס קומט בײַ אים פֿאָר אין זײַן שרײַבערישער לאַבאָראַטאָריע; וואָס איז וויכטיק צו זען, הערן און פֿילן, אַז אַ לעבנס־געשיכטע זאָל פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ליטעראַטור־געשעעניש. ער איז ברייטהאַרציק. ער ווייסט גוט, אַז פֿון פֿרעמדע שאַפֿערישע סודות, קאָן מען קיין אייגענע מעשׂיות נישט שאַפֿן.
ב. ס.

די רשימה פֿילמען פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟:
שירה גאָרשמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, מישע לעוו, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז.

צו באַשטעלן דעם DVD וועגן יאָסל בירשטיין, ווי אויך אַנדערע פֿילמען פֿון דער סעריע, גיט אַ קוועטש:
borissandler50@gmail.com

1 Comments

  1. א ווונדער שיין ןןידעא ! מ’זעט די ליבע וואס יאסל האט געהאט צו מענטשן בכלל..
    יאסלס לידער זענען געזאמלט מיט ענגלישע איבערזעצונגען ביי
    yosselbirstein.org

    Like

Leave a comment