אַ רינג/אַנטאָלאָגיע

poetry_book_karlov_200px_web(נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, 2017, תּל־אָבֿיבֿ)

אַ זאַמלבוך פֿון 20 ייִדישע פּאָעטן, געבוירן נאָכן חורבן. אין זײַן אַרײַנפֿיר שרײַבט דער רעדאַקטאָר פֿון דער זאַמלונג וועלוול טשערנין: „מיר זײַנען ניט קיין אָרגאַניזירטע ווי ניט איז גרופּע. מיר זײַנען אַ דור. רופֿט אונדז אָן ווי איר ווילט. אפֿשר גאָר „לא המתים‟, ווײַל עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל, און די ייִדישע דיכטונג בפֿרט זײַנען שוין טויט. ייִדיש איז דאָך „לשון־קדושים‟, די שפּראַך פֿון די, וואָס זײַנען געשטאָרבן על־קידוש־השם בעתן חורבן. און פֿאָרט זײַנען מיר, דיכטער, געבוירענע שוין נאָך דעם, ממשיך צו שאַפֿן אויף ייִדיש…‟